ווירדזשיניע
ווירדזשיניע,
ווירדזשיניע
| אריגינעלער נאמען | Virginia |
|---|---|
| אפיציעלער נאמען | Commonwealth of Virginia |
| צונאמען | Old Dominion |
| קאנטינענט | צפון אמעריקע |
| ראיאן | דרום מזרח פאראייניגטע שטאטן |
| לאנד | פאראייניגטע שטאטן |
| הויפטשטאט | ריטשמאנד |
| גרעסטע שטאט | ווירדזשיניע ביטש |
| גרעסטע מעטראפאליטאנער געגנט | נארדערן ווירדזשיניע |
| שטח | 110,787 ק״מ² |
| פלאץ צווישן די שטאטן | 35סטער לויט שטח |
| העכסטער פונקט | מאונט ראדזשערס
1,746 מעטער |
| נידעריגסטער פונקט | אטלאנטישער אקעאן
0 מעטער |
| הויפט טייכן | דזשיימס טייך
פאטאמאק טייך ראפאהאנאק טייך |
| בארטן | אטלאנטישער אקעאן |
| צייט זאנע | מזרח צייט |
| אריינגענומען אין פאראייניגטע שטאטן | 25סטן יוני 1788 |
| סדר | 10טער שטאט |
| קאונטיס | 95 קאונטיס און 38 אומאפהענגיקע שטעט |
| פאסט קאד | VA |
| ISO קאד | US-VA |
| וועבזייטל | virginia.gov |
ווירדזשיניע (ענגליש: Virginia) איז א שטאט אין דעם דרום מזרח פאראייניגטע שטאטן. זי גרעניצט זיך מיט מערילענד, וועסט ווירדזשיניע, קענטאקי, טענעסי און צפון קאראליינע. אין מזרח האט זי א בארטן אויפ'ן אטלאנטישער אקעאן.
די הויפטשטאט איז ריטשמאנד, און די גרעסטע שטאט איז ווירדזשיניע ביטש. אנדערע גרויסע שטעט זענען טשעסאפיק, נארפאלק, ארלינגטאן קאונטי און אלעקסאנדריע.
די סי איי עי איז הויפטקווארטירט אין לענגלי,
נאמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווירדזשיניע ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער מלכה עליזאבעט די ערשטע, וועמען מ׳האט גערופן די "בתולה קעניגין" (The Virgin Queen),
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1607 האבן ענגלישע קאלאָניסטן געגרינדעט דזשעימסטאון, וואס ווערט באטראכט אלס דער ערשטער שטענדיקער ענגלישער יישוב אין צפון אמעריקע.
די קאלאָניע איז שפעטער געווארן איינע פון די גרעסטע און וויכטיגסטע בריטישע קאלאָניעס.
ווירדזשיניע איז געווען איינע פון די 13 זידלונגען וואס האבן רעוואלטירט קעגן בריטאניע אין 1776.
ווירדזשיניע האט געגעבן די פאראייניגטע שטאטן א סך פון אירע ערשטע חשובע פירער ווי דזשארזש וואשינגטאן און טאמעס זשעפערסאן, ווי אויך נאך זעקס פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען געבוירן געווארן אין דעם שטאַט (זשיימס מעדיסאן, זשיימס מאנרא, וויליאם הענרי העריסאן, זשאן טיילער, זאקארי טיילאר און וואודרא ווילסאן); צוליב דעם רופט מען ווירדזשיניע די „מאמע פון די פרעזידענטן". אויך האט ווירדזשיניע פיל ערטער פארבונדן מיט דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.
אום 25סטן יוני 1788 האט ווירדזשיניע באשטעטיגט די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן און איז געווארן דער 10טער שטאט.
בעת דער אמעריקאנער בירגערקריג האט ווירדזשיניע געהערט צום דרום וואו מען האט צוגעלאזט שקלאפעריי. פילע פון די וויכטיגסטע קאמפן זענען פארגעקומען אויף איר שטח.
ריטשמאנד איז געווען די הויפטשטאט פון די קאנפעדערירטע שטאטן פון אמעריקע.
נאך דער מלחמה איז ווירדזשיניע צוריק אריינגענומען געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן אין 1870.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווירדזשיניע האט א זייער פארשידנארטיגע לאנדשאפט.
אין מזרח געפינט זיך דער בארטן ראיאן און דער גרויסער טשעסאפיק ביי.
מערב פון דעם ברעג געפינט זיך דער פיעדמאנט געגנט, וואו פילע פון די גרעסטע שטעט געפינען זיך.
אין מערב ליגן די בלו רידזש בערג און אנדערע טיילן פון די אפאלאטשן.
מאונט ראדזשערס איז דער העכסטער פונקט אין ווירדזשיניע.
דער שענאנדא טאל איז איינער פון די מערסט באקאנטע נאטירליכע געגנטן אין דער שטאט.
דער פאטאמאק טייך פארמאגט א גרויסן טייל פון דער צפון גרענעץ מיט מערילענד.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווירדזשיניע האט א גרויסע און פארשידנארטיגע עקאנאמיע.
די געגנט פון נארדערן ווירדזשיניע האט א גרויסן צענטער פון טעכנאלאגיע, טעלעקאמוניקאציעס און פעדעראלע רעגירונגס ארבעט.

מיליטערישע באזעס און פעדעראלע אינסטיטוציעס זענען אויך וויכטיג פאר דער עקאנאמיע.
לאנדווירטשאפט, פראדוקציע, געזונטהייט און טוריזם שפילן אויך וויכטיגע ראלעס.
דער בארטן געגנט האט גרויסע פארטן און מיליטערישע אינסטאלאציעס.
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט דעם 2020 צענזוס האט ווירדזשיניע געהאט 8,631,393 איינוואוינער.
דער מערסט באפעלקערטער געגנט געפינט זיך אין נארדערן ווירדזשיניע לעבן וואשינגטאן די סי.
אנדערע גרויסע באפעלקערונג צענטערס זענען ריטשמאנד, ווירדזשיניע ביטש און נארפאלק.
אידן אין ווירדזשיניע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ווירדזשיניע געפינען זיך גרויסע יידישע קהילות, בפרט אין נארדערן ווירדזשיניע, ריטשמאנד און דעם האמפטאן ראודס געגנט.
רעפערענצן
| די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
|---|---|
| אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד | |