לדלג לתוכן

מיזורי

פֿון װיקיפּעדיע


מיזורי
פאן פון מיזורי

סיעל פון מיזורי

אריגינעלער נאמען Missouri
ראיאן מיטל מערב
לאנד פאראייניגטע שטאטן
הויפטשטאט זשעפערסאן סיטי
גרעסטע שטאט קענזאס סיטי
גרויסע שטעט סעינט לואיס

ספרינגפילד קאלומביה

שטח 180,540 ק״מ²
באפעלקערונג בערך 6.2 מיליאן
העכסטער פונקט טאום סאק בארג

540 מעטער

הויפט טייכן מיסיסיפי טייך

מיזורי טייך

אריינגענומען 10טן אויגוסט 1821
סדר 24סטער שטאט
קאונטיס 114
פאסט קאד MO
ISO קאד US-MO
וועבזייטל mo.gov

מיזורי (ענגליש: Missouri) איז א שטאט אין דעם מיטל מערב פון די פאראייניגטע שטאטן. די הויפטשטאט איז זשעפערסאן סיטי, און די גרעסטע שטאט איז קענזאס סיטי. אנדערע גרויסע שטעט זענען סעינט לואיס, ספרינגפילד און קאלומביה.

דער ראיאן איז געווען א טייל פון דער פראנצויזישער טעריטאריע לואיזיאנא ביז דער לואיזיאנא קויפן אין 1803. דער מיזורי קאמפראמיס פון 1820 האט געהאט א וויכטיגע ראלע אין די דעבאטעס איבער קנעכטשאפט אין נייע אמעריקאנער שטאטן.

אום 10טן אויגוסט 1821 איז מיזורי געווארן דער 24סטער שטאט. אין דער בירגער קריג תקופה איז מיזורי געווען א גרעניץ שטאט וואו סיי יוניאן און סיי קאנפעדערירטע שטיצער זענען געווען פאראן.

הערי ס. טרומאן די 33'טער אמעריקאנער פרעזידענט, פון די פאראיינגיטע שטאטן קומט פון דארט.

מיזורי'ס עקאנאמיע איז פארשידנארטיג און נעמט אריין פראדוקציע, לאנדווירטשאפט, געזונטהייט, פארטיידיגונג און פינאנצן. סעינט לואיס און קענזאס סיטי זענען גרויסע עקאנאמישע צענטערס.

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 6,154,913

די צוויי גרעסטע מעטראפאליטאנער געגנטן זענען ארום קענזאס סיטי און סעינט לואיס. א גרויסער טייל פון דער באפעלקערונג וואוינט אין יענע צוויי ראיאנען.[1]

רעפערענצן

  1. ↑ Missouri QuickFacts. U.S. Census Bureau.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד