לדלג לתוכן

מיסיסיפי טייך

פֿון װיקיפּעדיע
מיסיסיפי
דער מיסיסיפי טייך אין ניו ארלינס
לענג 3,734 קילאמעטער
קוואל איטאסקא אזערע
הייך פונעם טייכס קוואל 450 מעטער
דרענאזש בעקן 2,981,076 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

16,792 קובישע מעטער א סעקונדע

איינגאס פון מעקסיקע

לענדער אין דרענאזש בעקן פאַראייניקטע שטאַטן

דער מיסיסיפי טײַך איז א טייך אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און איז איינער פון די לענגסטע טייכן אין דער וועלט. דער מקור פונעם מיסיסיפי איז אין דעם שטאַט מינעסאטע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט קאנאדע. דער מיסיסיפי פלוסט דרום אדורך די פאראייניגטע שטאטן, דורך די שטאטן וויסקאנסין, אייאווע, אילינוי, מיזורי, קענטאקי, טענעסי, ארקענסא און מיסיסיפי. דער מויל פונעם מיסיסיפי טייך איז לואיזיאנא, דרום פון ניו ארלינס. דער מיסיסיפי פלוסט אריין אינעם איינגאס פון מעקסיקע.

אין יאר 1993 האט פאסירט א גרויסע פארפלייצונג לענגאויס די מיסיסיפי און מיזורי טייכן אן זייערע בייטייכן, פון אפריל ביז אקטאבער פון יענעם יאר. די פארפלייצונג האט גורם געווען שווערע נזקים צו די פארמעגן, גערעכנט צו 15 מיליארד דאלארן, און ווערט גערעכנט איינער פון גרעסטע נאטירלעכע קאטאסטראפעס אין דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. 50 מענטשן זענען אומגעקומען אין דער פארפלייצונג.

די גרויסע בייטייכן פונעם מיסיסיפי זענען: