ניו יארק סיטי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ניו יארק (שטאט))
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
די פינף באראס פון ניו יארק סיטי (אין אידיש)

די שטאָט ניו־יאָרק (ענגליש: New York City) איז די סאַמע באוואוינסטע שטאָט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דער צענטער פונעם ניו יארק מעטראפאליטען שטח. זי געפינט זיך אין שטאַט ניו־יארק און האט א באפעלקרונג פון 8.1 מיליאן. איר גרויסקייט און שטח איז 321 קוואדראט מייל זייענדיג דעריבער די מערסטע געדיכט באוואוינטע שטאט אין צפון אמעריקע.

ניו יארק איז א וויכטיקער צענטער פון אינטערנאציאנאלער דעמאקראטיע, און ווערט אמאל גערופן די קולטורלערע און פינאנציעלע הויפטשטאט פון דער וועלט.

די שטאָט ליגט אויף איינעם פון דער וועלטס גרעסטע נאטירלעכע האוונס, און אנטהאלט די פינף באראס: מאנהעטן, ברוקלין, בראנקס, סטעטן איילענד און קווינס, וואס זענען פאראייניגט געווארן אין איין שטאט אין יאר 1898.

די שטאָט פון ניו יארק שטאמט פון דער גרינדונג אין 1624 פון א האַנדלארט אין לאוער מאנהעטען דורך קאלאניסטן פון דער האלענדישער רעפובליק. אין 1626 האט מען אים געגעבן דעם נאמען ניי אמסטערדאם.[1] די שטאט מיט אירע ארומיגע ערטער זענען געקומען אונטער ענגלישער הערשאפט אין 1664.[1][2][3] ניו יארק איז געווען די הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאַטן פון 1785 ביז 1790.[4] זי די גרעסטע שטאט אין לאנד זייט 1790.[5] די סטאטוע פון ליבערטי האט באגריסט מיליאנען אימיגראנטן ווען זיי זענען אנגעקומען אין שיפן אין אמעריקע ביים סוף פונעם 19טן און אנהייב 20סטן יארהונדערטער[6] און איז א סימבאל פון די פאראייניגטע שטאטן און זיין דעמאקראטיע.[7] אינעם 21סטן יארהונדערט איז ניו יארק ארויסגעקומען ווי א גלאבלן פונקט פון שעפעריי און פירנעמערשאפט,[8] סאציאלן טאלעראנץ,[9] און סביבה׳דיקער אויסהאלטונג.[10][11]


נישט אריינגערעכענט דער ריזן שטח פון גאנץ אפסטעיט און לאנג איילענד, וואס דאס הייסט די סאבארב'ס.

ניו יארק איז די לינגוויסטיש מערטס פארשיידנדיקע שטאָט אין דער וועלט; מען רעדט דארט 800 שפראכן.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

איידער די אייראפעאישע קאלאניסטן זענען געקומען אין אמעריקע, איז די געגנט פון היינטיקן ניו יארק סיטי געווען באוואוינט דורך פארשידענע גרופעס אלגאנקווין שבטים פון אמעריקאנישע אינדיאנער, איינשליסנדיק די לענאפע וואס זייער היימלאנד האט איינגעשפארט סטאטן איילנד, דעם מערב טייל פון לאנג איילענד, כולל דעם שטח וואס איז היינט ברוקלין און קווינס, אויך מאנהעטן, דעם בראנקט און דעם נידריגן האדסאן טאל.


הוראגאן סענדי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דעם 29סטן און 30סטן אקטאבער 2012, האט הוראגאן סענדי חרב געמאכט א ברייטן שטח פון אונטער מאנהאטן, מיט שטארקע פארפלייצונגען און הויכע ווינטן, אז א סך איינוואוינער זענען געבליבן און קראפט און בענזין און די טראנספארט סיסטעם האט אויפגעהערט צו ארבעטן. צוליב דעם שטורעם און זיין אימפאקט האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטע דיסקוסיע וועגן בויען ים ווענט און אנדערע באריערן ביים בארטן צו פארמיידן נאך אזא פארפלייצונג אין דער צוקונפט.


געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ניו יארק סיטי ליגט אויף דריי אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן צוזאמען מיט א טייל אויף דער יבשה פון צפון אמעריקע. די שטאָט שליסט איין גאנץ מאנהעטן אינזל און סטעטן איילאנד און אויך דעם מערב טייל פון לאנג איילענד, ווי אויך עטלעכע קלענערע אינזלען.

די שטאט ווערט צוטייל אין פינף באראס, וואס יעדע איינע איז א קאנט פונעם שטאט ניו יארק. די באראס זענען:

בארא קאנט הערה
מאנהעטן ניו יארק קאנט אויף מאנהעטן אינזל
ברוקלין קינגס קאנט אויף לאנג אינזל
דער בראנקס בראנקס קאנט אויף דער יבשה
קווינס קווינס קאנט אויף לאנג אינזל
סטעטן איילענד ריטשמאנד קאנט אויף סטעטן אינזל

די פארשידענע טיילן פון דער שטאט ווערן צעטיילט מיט וואסער. א טייל פונעם טייך האדסאן איז דער גרענעץ צווישן ניו יארק (מאנהעטן און בראנקס) און ניו זשערסי. דער מזרח טייך איז דער גרענעץ צווישן מאנהעטן און לאנג אינזל (ברוקלין און קווינס). דער טייך הארלעם איז דער גרענעץ צווישן מאנהעטן און דעם בראנקס.

א קליין שטיקל באדן אין מאנהעטן איז אן אינטערנאציאנאלע טעריטאריע וואו די פאראייניגטע פעלקער ארגאנציזאציע איז הויפטקווארטירט.

ניו יארק סיטי, ספעציעל מאנהעטן, האט גאר א סך וואלקנקראצערס, בערך 5600, פון זיי 48 זענען העכער פון 200 מעטער.

עקאנאמיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

איבערבליק איבער דער עקאנאמיע פון ניו יארק סיטי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ניו יארק איז א גלאבאלער צענטער פון אינערנאציאנאלע ביזנעס און האנדל.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אין 2012 האט דער ניו יארק צענזוס ביורא געשאצט איר באפעלקערונג ביי 8,336,697. לויט די באראס איז דאס:

ברוקלין: 2,556,598
קווינס: 2,293,007
מאנהעטן: 1,634,795
דער בראנקס: 1,391,903
סטאטן איילנד: 487,407

יידישע באפעלקערונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

אומגעפער 1.1 מיליאן יידן וואוינען היינט אין ניו יארק סיטי,‏[12][13] איבער העלפט פון זיי אין ברוקלין.[14]

ספארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

יעדע יאר לויפן א סך מענטשן אין דעם ניו יארק מאראטאן, איינער פון די פאפולערסטער מאראטאנען אין דער וועלט., וואס אין 2006 האבן 37,866 מענטשן געענדיגט.

360° פאנאראמע פון ניו יארק סיטי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

פאנאראמע פון ניו יארק.



וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

יידיש־שפראך בלעטער אויפן ניו יארק סיטי וועבזייטל:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. 1.0 1.1 United States History – History of New York City, New York. דערגרייכט דעם ‏9טן סעפטעמבער 2012.
  2. און מען האט זי געגעבן דעם נאמען ניו יארק נאכדעם וואס דער מלך טשארלס דער צווייטער פון ענגלאנד האט געשאנקען דעם באדן צו זיין ברודער, דער הערצאג פון יארק.
  3. KINGSTON Discover 300 Years of New York History DUTCH COLONIES. National Park Service, U.S. Department of the Interior. דערגרייכט דעם May 10, 2011.
  4. The Nine Capitals of the United States. United States Senate. דערגרייכט דעם ‏7טן סעפטעמבער 2008.
  5. Rank by Population of the 100 Largest Urban Places, Listed Alphabetically by State: 1790–1990. U.S. Census Bureau (‏15טן יוני, 1998). דערגרייכט דעם ‏8טן פעברואר, 2009.
  6. Statue of Liberty. A&E Television Networks, LLC. דערגרייכט דעם ‏21סטן מיי, 2011.
  7. Statue of Liberty. World Heritage. UNESCO World Heritage Centre 1992–2011. דערגרייכט דעם ‏23סטן אקטאבער, 2011.
  8. Venture Investment - Regional Aggregate Data. National Venture Capital Association and PricewaterhouseCoopers. דערגרייכט דעם ‏22סטן אפריל 2016.
  9. Matt Flegenheimer (‏23סטן מערץ, 2016). "Ted Cruz Deplores 'Liberal, Left-Wing Values' While Lobbying for New York Votes". דערגרייכט דעם ‏22סטן אפריל, 2016. 
  10. The Associated Press (‏22סטן אפריל, 2016). "The Latest: China Hopes US Joins Climate Deal Quickly". דערגרייכט דעם ‏22סטן אפריל, 2016. 
  11. Lisa Foderaro (‏21סטן סעפטעמבער, 2014). "Taking a Call for Climate Change to the Streets". דערגרייכט דעם ‏22סטן אפריל, 2016. 
  12. World Jewish Population. SimpleToRemember.com – Judaism Online. דערגרייכט דעם ‏2טן סעפטעמבער, 2012.
  13. Jewish Community Study of New York: 2011 Comprehensive Report. UJA-Federation of New York. דערגרייכט דעם ‏13טן אויגוסט 2014.
  14. ווייקסלבוים, סימאן (‏26סטן יוני, 2012). "Nearly one in four Brooklyn residents are Jews, new study finds". דערגרייכט דעם ‏30סטן מיי, 2013.