ישיבת רבינו יצחק אלחנן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ריאט"ס)
רשכבה"ג הרב יצחק אלחנן ספקטור

ישיבת רבינו יצחק אלחנן (ענגליש: Rabbi Isaac Elchanan Theological Seminary אדער RIETS) איז דער אפטיילונג פון ישיבה אוניווערסיטעט פאר לימודים אין תלמוד, הלכה, און אידישקייט אנגעלעגנהייטן. זי געפינט זיך אין מאנהעטן, ניו יארק.

זי איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע פרומע בעלי בתים בערך ה'תרנ"ו, נאכדעם וואס די תלמידים פון דעם חדר עץ חיים (געגרינדעט תרמ"ו) האבן זיך געעלטערט און עס איז געווארן א נויט פאר א ישיבה. זי הייסט אויפן נאמען פון רבינו יצחק אלחנן ספעקטאר וואס איז נפטר געוארן אין יענעם יאר.

די ישיבה איז שפעטער געווארן, אינאיינעם מיט דעם ניי-געגרונדעטן ישיבה קאלעדזש, דער צענטראלער חלק פון ישיבה אוניווערסיטעט, ווען עס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תרפ"ז.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]