שטריימל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

צו מיינט איר דער בלאג שטריימל (בלאג)?

Shtreimel.jpg
שטריימל הענגערס אין בעלזער שטיבל, תל אביב

שטרײַמל (דאָס) (–עך/–ען). אין פוילן, גאַליציע, און אוקראַיִנע איז עס געווען דער הוט, געמאַכט פֿון האָריגער פֿעל. וואָס יידן זענען געגאנגען שבת און יום–טובֿ. אין קאנגרעס פוילן איז דאס שטריימל געווען א מלבוש נאר פאר רבנים און טייל חסידים.

היינט טראגן א שטריימל אין רוב ערטער נאר חסידים, אחוץ ירושלים וואו די פרושים גייען מיט א שטריימל אויפן קאפ.


באַקאַנט איז דער ראמאן פֿון י.ל. פרץ „דאָס שטרײַמל“, אין וועלכער דאָס שטרײַמל איז דער סימבאָל פֿון רבנות.