משה פיינשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Moshe Feinstein.jpg
ביי דער חתונה פון רבי יונה שטענצל'ס טאכטער אין אמעריקע
רבי משה פיינשטיין זאגט די ברכות ביי דער חופה פון רבי יונה שטענצל׳ס טאכטער.

רבי משה פיינשטיין זצ"ל (ז' אדר ה'תרנ"ה - י"ג אדר ב' ה'תשמ"ו), פון די גרויסע פוסקים אין צייט, באקאנט אלס רבי משה, דער אגרות משה.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

געבוירן אין רוסלאַנד אינעם משה רבינוגעבוירנטאָג, און דערפאר האט מען אים א נאמען געגעבן משה - נאך משה רבינו. ער איז געווען אן אייניקל פונעם ווילנער גאון, דעם של"ה, הרב יום-טוב ליפמאן העלער און הרב יחיאל היילפרין.

אין דער יוגנט איז ער געווען רב אין שטאט ליובאן, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין נוא יארק, און געווארן ראש ישיבה פון תפארת ירושלים. ער איז באוואוסט מיט פארשידענע פסקים וואס האבן אויפגשאקעלט די וועלט, אזוי ווי זיין פסק וועגן נידריגע מחיצות אין בית המדרש, און וועגן [[מילך], און קינסטלעכע באפרוכפערונג.

ר' משה האט געזאגט אז ער האט איבער געחזר׳ט 400 מאל דעם שולחן ערוך.

מ'דערציילט אויף אים פארשידענע מופתים, די תלמידים שרייבן אז מ'האט "קיינמאל" נישט געזען קיין פליג ביי זיין טיש. ער איז געווען בעל הבית אויף זיין שלאפן, ער איז איינגעשלאפן די רגע וואס ער האט זיך געלייגט און אויף געשטאנען די רגע וואס ער האט געוואלט אויף שטיין.

ער ווערט פאררעכנט אלץ פוסק הדור, ער האט פארפאסט די ספרים שו"ת אגרות משה, און ספר דברות משה.

ער האט איבערגעלאזט נאך זיך צוויי זין און א טאכטער:

רבי משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק י"ג אדר שני תשמ"ו. מען האט אים געפירט אין ארץ ישראל און ער ליגט אין הר המנוחות נאנט צו זיין רבי'ן רבי איסר זלמן מעלצער און רבי אהרן קאטלער, לעבן דעם בעלזער רבי.