לדלג לתוכן

נטע גרינבלאט

פֿון װיקיפּעדיע

הרב נטע גרינבלאט (ענגליש: Nota Greenblatt; תרפ״ה – כ״ח ניסן תשפ״ב) איז געווען דער אב בית דין פון מעמפיס, טענעסי, פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. ער איז געווען פון די נאנטסטע תלמידים פונעם פוסק הדור, הרב משה פיינשטיין פון ניו יארק.

הרב נטע איז געבוירן געווארן אין וואשינגטאן די סי צו הרב יצחק גרינבלאט פון בריסק, וואס איז געפארן קיין אמעריקע צו זאמלען געלט פאר דער ״תורת חסד״ ישיבה, און איז שפעטער געווען א רב אין וואשינגטאן די סי. אין תרפ״ח האט זיך די משפחה געצויגן קיין עלענוויל, ניו יארק, וואו הרב יצחק איז געווארן רב.

ביי די אכט יאר, אין תרצ״ג, איז נטע געפארן קיין ארץ ישראל, וואו ער האט געלערנט פיר יאר אין ירושלים. אין תרצ״ז איז ער צוריקעפארן אליין, אלט 12 יאר, צו לערנען ביי רבי דוד לייבאוויץ אין דער חפץ חיים ישיבה אין וויליאמסבורג. ער האט גערעדט גוט יידיש און אזוי איז געווארן נאנט צו רבי דוד. מיט זיין ירושלמי חינוך האט ער געלערנט צוזאמען מיט עלטערע בחורים. נאך רבי דוד׳ס פטירה אין תש״א האט ער אנגעהויבן לערנען אין א קיבוץ געפירט דורך רבי יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק און רבי מיכל פיינשטיין. א יאר שפעטער האט דער קיבוץ אויפגעהערט און רבי מיכל פיינשטיין איז געווארן א ראש ישיבה אין ישיבת תפארת ירושלים, אונטער זיין פעטער הרב משה פיינשטיין.

אין יאר תש״ג איז הרב נטע געגאנגען לערנען אין תפארת ירושלים; פון דעמאלסט אן איז ער געבליבן נאנט מיט הרב משה און רבי מיכל.

אין תש״ו איז הרב נטע נאכאמאל געפארן קיין ארץ ישראל צו לערנען אין דער חברונער ישיבה.

ער איז צוריק אין אמעריקע אין תש״ח ווען זיין פאטער איז געווארן קראנק. אין תש״ט האט ער אויפגענומען א שטעלע אין מעמפיס צו זיין א מלמד און רב שני פון דער אנשי ספרד שול.


ער איז נפטר געווארן אין מיימאנידיס שפיטאל אין ניו יארק פרייטיק כ״ח ניסן תשפ״ב.

זיין זון הרב דוד איז א רב אין לארענס.

זיינע אנדערע קינדער זענען רחל׳ע לפידות, לאה פֿינק, יעקב גרינבלאט און יוסף גרינבלאט.

דער פוסק הרב אפרים גרינבלאט איז געווען זיין נעפֿע, א זון פון זיי ברודער אברהם ברוך.