בנימין ראבינאוויטש
געבורט |
1912 כ' אב ה'תרע"ב | |
---|---|---|
טויט |
2002 (אלט 90 בערך) א' שבט ה'תשס"ב | |
קבורה ארט | הר המנוחות | |
טעטיקייט ארט | ירושלים | |
באלאנג | עדה החרדית | |
רבי בנימין ראבינאוויטש (כ' אב ה'תרע"ב - א' שבט ה'תשס"ב) איז געווען דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן, א דיין אין דער עדה החרדית און דער גרינדער פונעם ״משכנות הרועים״ הויף אין ירושלים.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בנימין איז געבוירן אין דער אלטשטאט ירושלים אין יאר ה'תרע"ב, צו זיין פאטער רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש, א באיאנער חסיד, אן אייניקל פון רבי אריה מרדכי ראבינאוויטש, פאריסאווער רבי אין ירושלים, א זון פון רבי יהושע אשר ראבינאוויטש פון פאריסאוו, א זון פונעם ייד הקדוש פון פרשיסחא, און צו זיין מוטער מרת בתשבע, א טאכטער פון הרב בנימין יהודה לייב בערנשטיין, ראש ישיבה פון חיי עולם.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה איז ער געווארן א מגיד שיעור אין דער חיי עולם ישיבה. שפעטער איז ער געווארן ראש ישיבה פון דער תולדות אהרן ישיבה וואו ער האט אויפגעשטעלט הונדערטער תלמידים.
אין יאר תשל״ט האט ער אויפגעשטעלט די ״משכנות הרועים״ גרופע פאר ירושלמער יידן פון א חסידישן אפשטאם וואס האבן נישט געהאט קיין ארט. זיין בית המדרש געפינט זיך ביי ״קהל יראים–חסידים״ אין דער מאה שערים גאס.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בנימין איז נפטר געווארן ראש חודש שבט ה'תשס"ב און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות. זיין ממלא מקום איז זיין עלצטער זון רבי חיים.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בנימין האט געהאט קינדער:
- רבי חיים ראבינאוויטש, ממלא מקום פון פאטער, אדמו״ר פון משכנות הרועים. זיין ווייב מרת רבקה (תש״ג - ט׳ סיון תשע״ז)
- רבי עקיבא ראבינאוויטש, פאריסאווער רבי.
- רבי מאיר שלום, קאלושינער רבי.
- רבי יהושע אשר, ראש החבורות פון משכנות הרועים אין ירושלים.
- די ווייב פון רבי אלימלך כהנא, ספינקער רבי אין בני ברק.
- די ווייב פון רבי יהודה ניישלאס, א מורה הוראה אין דער עדה החרדית.
- די ווייב פון רבי צבי דירנפעלד