בנימין יהודה לייב בערנשטיין
פאך | ראש ישיבה |
---|---|
הרב בנימין יהודה לייב בערנשטיין (בערך ה'תקצ"ט, 1839 - ב' שבט ה'תרס"ה, 8טן יאנואר 1905) איז געווען דער ערשטער ראש ישיבה פון דער חיי עולם ישיבה אין ירושלים.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב בנימין יהודה לייב איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי פישל פון אומאן, א זון פון רבי יוסף יהודה לייב פון באלטא, וואס איז געווען א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד, און זיין מוטער אסתר מלכה. רבי פישל האט עולה געווען קיין ארץ ישראל צוליב א ברכה וואס ער האט באקומען פון זיין רבי'ן רבי משה צבי גוטערמאן פון סאווראן אז ער וועט זוכה זיין צו האבן קינדער. רבי פישל האט זיך באזעצט אין צפת, וואו ער האט אויפגעשטעלט א גרויסן הכנסת אורחים הויף. נאך א קורצער צייט איז געבוירן געווארן זיין זון, וועמען ער האט געגעבן א נאמען בנימין נאך זיין שווער, רבי בנימין פינסקער, און יהודה לייב נאך זיין פאטער. דער סנדק ביים ברית איז געווען רבי אברהם דוב אויערבאך פון אוורוטש.