סאטמאר שוהל ראדני

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סאטמאר שול ראדני איז די גרויסע סאטמארער זאלי שול אין וויליאמסבורג, ברוקלין, נו יארק, אויף דער גאס ראדני סטריט 152. די שוהל איז געווען די אפיציעלע גרויסע שוהל פון סאטמארער חסידים, וואס דארט האבן געדאווענט די פריערדיגע סאטמארער רבי'ס רבי יואל טייטלבוים זצ"ל און רבי משה טייטלבוים זצ"ל. היינט איז זי די שול פון רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.

די שוהל איז באנייט געווארן א' סליחות תשכ"ט.

ביז דאן איז געווען די סאטמאר שוהל אויף 550 בעדפארד, דער ארט ווי די הויז פונעם לעצטן סאטמארער רבי׳ן, רבי משה טייטלבוים זצ"ל, האט געוואוינט, און היינט וואוינט דארט דער סאטמארער רבי ר' זלמן לייב.

זייט דער סאטמארער מחלוקה, איז די אייגנטומערשאפט אין פירערשאפט פונעם ביהמ"ד געווען אונטער קריגערייען, ביז עס איז אנגעקומען צום גויאישן געריכט, און ר' זלמן לייב האט געוואונען, דעריבער איז זי היינט א סאטמאר-זאלונישע שוהל.

די אהרונים האבן זיך געבויט א נייע אייגענע שוהל, 13 הופער, וואס איז אויף 13 און 14 הופער סטריט.

Maurycy Gottlieb - Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלע היסטארישע אידישע שולן פון דער גארער אידישער וועלט.

אור הצפון שול • בית המדרש הגדול (מאנהעטן) • בעלזער שול • גרויסע שול (ירושלים) • מוסיוף שול • סאטמאר שוהל 13 הופער • סאטמאר שוהל ראדני • סאטמאר שוהל 53 סטריט (בארא פארק)  • שומר שבת (בארא פארק) • ריווינגטאן שול • עלדריזש סטריט שול • חורבת ר' יהודא החסיד • בית ישראל (שול) • ראוד איילענד טורא • חתם סופר שול · תפארת ישראל שול