תפארת ישראל שול

פֿון װיקיפּעדיע
תפארת ישראל שול
די שול נאכן ווערן אויפגעריסן אין אומאפהעגיקייט קריג

די תפארת ישראל שול אדער די ניסן ב"ק שול איז א שול אין דעם יידישן פערטל אין דער ירושלים אלטשטאט. די שול האבן אויפגעשטעלט חסידישע קרייזן צווישן דעם אלטן יישוב.

די שול איז געבויט געווארן אין די זעכציגסטע יארן פונעם 19טן יארהונדערט דורך רוזשינער און סאדיגורער חסידים, מ'האט זי א נאמען געגעבן "תפארת ישראל" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רוזשינער הרה"צ ישראל פרידמאן וואס האט מנדב געווען דאס געלט צו קויפן דעם באדן וווּ מ'האט געבויט די שול. מ'פארציילט אז דער רוזשינער האט געשיקט דאס געלט אינגיכנס, ווייל די מענטשן פון דער פראוואסלאוונער רעליגיע האבן געהאלטן ביי קויפן דעם פלאץ צו בויען דארט א צערקווע (פראוואסלאוונער קלויסטער). די מסורה פארציילט אז ווען דער רוסישער צאר ניקוליי דער ערשטער האט געהערט אז די יידן האבן געפעדערט אים דורכ'ן בשליחותו פון רבי ישראל, האט ער אויסגערופן „נאכאמאל האט דער ייד ישראל פרידמאן מיך געזיגט" (רבי ישראל איז אנטלאפן פון רוסלאנד וועגן דעם צאר ניקוליי). די רוסן זענען געצווונגען צו קויפן א באדן אינדרויסן פון די מויערן פון דער אלטשטאט, דער פלאץ הייסט נאכאלץ דער רוסישער געהעפט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: תפארת ישראל שול