לדלג לתוכן

סאדיגורא

פֿון װיקיפּעדיע
סאַדיגורא (פֿארשטאָט)
Садгора
סאדיגורער קלויז
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1770
קאָאָרדינאַטן 48°21′N 25°58′E / 48.350°N 25.967°E / 48.350; 25.967קאארדינאטן: 48°21′N 25°58′E / 48.350°N 25.967°E / 48.350; 25.967
אבלאַסט טשערנאוויץ
ראַיאָן בוקאווינא
בירגערמייסטער מיקאלאַ פֿעדארוק
מוטערשטאָט טשערנאוויץ
הייך 287 מעטער

 ‑ אין פֿארשטאָט

28,227‏  (שטייענדיג 2004)
צײַט זאָנע UTC+2

סאַדיגורא (ארויסגערעדט: סאַדיגער; אוקראיניש: Садгора סאַדהאראַ; פּויליש: Sadagóra; רומעניש: Sadagura) איז א יישוב אין אוקראינע, היינט א באצירק פון טשערנאוויץ, 6 ק"מ פון דעם שטאט-צענטער. פריער איז סאדיגורא געווען א באזונדער שטעטל.

סאדיגורא איז געווען א שטעטל אין בוקאווינא פראווינץ פון דער עסטרייכער אימפעריע. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז סאדיגורא געווען אין רומעניע.

סאדיגורא איז געווען א חשובע יידישע קהילה. פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה האבן געוואוינט אין סאדיגורא מער ווי 5,000 יידן.

אין תר"ב האט דער רוזשינער רבי אויפגעשטעלט זיין הויף אין סאדיגורא, נאכדעם וואס ער איז געווארן פארטריבן פון רוסלאנד. ער האט געוואוינט אין סאדיגורא צען יאר, און האט געבויט דארט א גרויסע שול. צענדליגע טויזנט חסידים זענען געקומען אויף נסיעות קיין סאדיגורא. נאך זיין פטירה אין תר"י האט זיין עלטסטער זון רבי שלום יוסף פרידמאן איבערגענומען די רעביסטעווע אין סאדיגורא.

בארימטע איינוואוינער פון סאדיגורא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]