שלום יוסף פרידמאן
רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא | ||
---|---|---|
סאדיגורער רבי | ||
ציון פון רבי שלום יוסף פרידמאן | ||
געבורט | י"ג תשרי ה'תקע"ג רוזשין | |
פטירה | י"א אלול ה'תרי"א | |
קבורה ארט | לייפציג | |
חסידות | סאדיגורא | |
הויף ארט | סאדיגורא | |
נומער אין דינאסטיע | 1 | |
נאכפאלגער | רבי אברהם יעקב פרידמאן | |
זיינע רביס | זיין פאטער, רבי ישראל פון רוזשין | |
ווייב | בלומא רייזל יונגערלייב |
רבי שלום יוסף פרידמאן זצ"ל (י"ג תשרי ה'תקע"ג - י"א אלול ה'תרי"א) פון סאדיגורא. דער עלטסטער זון פון דעם רוזשינער.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום יוסף איז געבוירן י"ג תשרי ה'תקע"ג, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישט, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.
דער רוזשינער האט אים א נאמען געגעבן שלום נאך זיין פאטער, און יוסף נאך יוסף הצדיק, וויבאלד זיין ברית איז געווען אין טאג פון דער אושפיזא פון יוסף.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה ג' חשוון ה'תרי"א איז רבי שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, אלס רבי אין סאדיגורא, ער האט אבער נישט לאנג געלעבט נאך דעם, און איז נאך אין יאר פון פאטער נפטר געווארן.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום יוסף איז נפטר געווארן אין עלטער פון ניין און דרייסיג יאר אין לייפציג, י"א אלול ה'תרי"א, און ליגט אין לייפציג.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלום יוסף האט געהייראט מרת בלומא רייזל [1] א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב פון ראדוויל, אן איידעם פון אפטער רב, דער "אוהב ישראל". זייערע קינדער:
- הרב מנחם נחום דוב בער פרידמאן (ה'תר"ג - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא.
- מרת לאה רחל ( - ז' תמוז ה'תרנ"ה), די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשל (ה'תקצ"ב - י"ט תשרי ה'תרמ"א), פון מעזשביזש.
- מרת בת-שבע (כ"ז אייר ה'תר"ט - שביעי של פסח ה'תרפ"ח), בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מנחם נחום מרדכי פרידמאן (ה'תר"ט (אומגעפער) - כ"ו תמוז ה'תר"ל), פון טשארטקאוו, א זון פון הרב דוד משה פרידמאן, פון טשארטקאוו. בזיווג שני די ווייב פון הרב ישראל פרידמאן (כ' שבט ה'תרי"ב - י"ג תשרי ה'תרס"ז), פון סאדיגורא.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (54)