טויט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פטירה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די מענטשלעך שאַרבן איז ווערלדווייד געניצט ווי אַ סימבאָל פון טויט.

טויט איז די פערמאנענטע טערמינאציע פון ביאלאגישע פונקציעס וואס דעפֿינירן לעבעדיגע ארגאניסמען. דאס באטיטלט סיי דאס אקטועלע געשעעניש פון שטארבן און סיי דאס נאכאנאנדיגע מציאות פון טויט נאכן פארענדיגן דאס לעבן.

אידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נפטר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א טויטער ייד ווערט אנגערופן נפטר. דעריבער רופֿו א טויטן ייד א "נפטר" ווייל ווען ער לעבט איז ער מחוייב צו טון מצוות אבער נאכן טויט איז ער פטור.


ברוך דיין האמת[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ברוך דיין האמת איז דער אידישער אויסדרוק נאכ'ן הערן א שלעכטע בשורה

ביי אידן מאכט מען אויף יעדער זאך א ברכה, וואס באדייט צו דאנקען און לויבן גאט.

און וויבאלד חז"ל זאגן "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה", מען דארף בענטשן גאט אויף שלעכטס פונקט ווי מען בענטשט אים אויף גוטס, דעריבער איז דער ספאנטאנער ענטפער ביים הערן פון עמיצן אז עס האט פאסירט א שלעכטע נייעס: ברוך דיין האמת!

קולטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלקס ווערטער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז דא א פאלקסווארט ווי אויף א טויטן באנקעס - ווייל באנקעס איז א מין סארט רפואה דורך ווארעמע ליידיקע גלעזער וואס האבן אויסגעציט דאס בלוט ("כוסות רוח" ענלעך צו מקיז דם ביי רז"ל) וואס פלעגט געניצט ווערן אויף א קראנקען מענטש ארויס צי נאגן בלוט וואס איז געווען אנגענומען אלס א רפואה. פארשטייט זיך אז אויף א טויטן האט עס נישט געהאלפן ווייל ער איז דאך שוין טויט פון דעם קומט דער אויסדריק "ס'וועט העלפֿן ווי אויף א טויטן באנקעס"

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טויט