ארגאניזם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

‏אַן אָרגאַניזם איז אַ קאָמפּליצירטע װעלט פֿון באַשעפֿענישן/צעלן פֿאַר זיך װאָס באַאײנדרוקן אײנער דעם אַנדערן, װאָס צוזאַמען מאַכן זײ אײן גאַנצע באַשעפֿעניש.

‏אַן אָרגאַניזם דאַרף האָבן דרױסנדיקע ענערגיע אַז ער זאָל קענען זײַן װאָס ער איז.

‏"קאָמפּליצירטע װעלט פֿון באַשעפֿעניש" מײנט צו זאָגן סײַ װאָס פּארא באַשעפֿעניש װאָס באַשטײט פֿון מער װי אײן צעל. זײ װערן אױך גערופֿן מולטי־סעליולער. אָבער עס קען אױך האָבן נאָר אײן צעל, װאָס װערט גערופֿן אוני־סעליולער.

‏ביאָלאָגן צעטײלן די אָרגאַניזמען אױף דרײ געביטן: באַקטעריעס, ארכאי און אײקאַריִאָטעס. בהמות און פּלאַנצן געהערן צו די אײקאַריִאָטעס. ‏

‏װירוס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אַ װירוס קען געװײנלעך נישט װערן אָנגערופֿן אַן אָרגאַניזם, װיבאַלד זײ קענען זיך נישט רעפּראָדוצירן פֿון זיך אַלײן, נאָר מוזן האָבן אַ גאַסטגעבער צעל. ‏

‏לעבנס טעג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אײנע פֿון די גאר װיכטיקע זאָכן פֿון אַן אָרגאַניזם איז װי לאַנג דאָס לעבט. עס זענען דאָ אַזעלכע װאָס לעבן נישט מער װי אַ טאָג, װידער אום זענען דאָ אַזעלכע װאָס קענען לעבן טױזנטער יאָרן.