ישראל פרידמאן (סאדיגורא)
קבורה ארט | סאדיגורא |
---|---|
רבי ישראל פרידמאן (כ' שבט ה'תרי"ב - י"ג תשרי ה'תרס"ז), פון סאדיגורא. דער פערטער זון פון רבי אברהם יעקב פרידמאן.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז געבוירן אין סאדיגורא כ' שבט ה'תרי"ב, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרמ"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער האט רבי ישראל איבערגענומען זיין פאטער'ס ארט, און אנגעהויבן צו פראוון זיין רביסטעווע אין סאדיגורא.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל איז נפטר געווארן י"ג תשרי ה'תרס"ז, און ער ליגט אין סאדיגורא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל האט געהייראט בזיווג ראשון אין יאר ה'תרכ"ח, מרת אסתר ( - ה' טבת ה'תרמ"א, א טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש. זייערע קינדער:
- הילד משה מרדכי מנחם פרידמאן (נפטר געווארן י"ג טבת ה'תרמ"ב, אין עלטער פון עלף יאר).
- רבי אהרן פרידמאן (י"ב תשרי ה'תרל"ז - י"ט תשרי ה'תרע"ג), פון סאדיגורא.
- רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן (י"ז כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט ניסן ה'תשל"ט), פון סאדיגורא און פשעמישל, דער "כנסת מרדכי"
- רבי אברהם יעקב פרידמאן (ה' אלול תרפ"ח - י"ט טבת תשע"ג), סאדיגורער רבי אין ארץ ישראל.
- רבי ישראל משה פרידמאן ( - כ"א אב תש"ף), סאדיגורער רבי אין ארץ ישראל
- רבי אברהם יעקב פרידמאן (ה' אלול תרפ"ח - י"ט טבת תשע"ג), סאדיגורער רבי אין ארץ ישראל.
- מרת אסתר (תשעה באב ה'תרנ"ט - ), די ווייב פון ר צבי וואלף, פון ביליץ.
- מרת מרים, די ווייב פון ר סענדער וואלף.
- רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן (י"ז כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט ניסן ה'תשל"ט), פון סאדיגורא און פשעמישל, דער "כנסת מרדכי"
- רבי שלום יוסף פרידמאן (י"ג טבת ה'תרל"ט - י"ח שבט ה'תרפ"ג), פון טשערנאוויץ.
- רבי אברהם יעקב פרידמאן ( - כ"א כסלו ה'תש"ב).
- ר דר חיים ברוך פרידמאן (ה'תר"ס - ט"ו מנחם אב ה'תש"ם).
- מרת צפורה פייגא ( - כ' חשוון ה'תש"ג), די ווייב פון רבי יצחק מרדכי שפירא (ה'תרכ"ז - ג' תמוז ה'תר"ץ), פון גוואדזשיץ, א זון פון רבי אבי עזרא זעליג שפירא, פון מאגלניצא.
- מרת חוה חיה, די ווייב בז"ר פון רבי שלום יוסף פרידמאן (ה'תרל"א - כ' מנחם אב ה'תרפ"ז), פון מילניצא, א זון פון רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן, פון סאדיגורא.
- רבי אברהם יעקב פרידמאן (ח' מנחם אב ה'תרמ"ד - ה' טבת ה'תשכ"א), פון סאדיגורא און תל אביב.
- רבי יצחק פרידמאן (ב' חשוון ה'תרמ"ו - י"א כסלו ה'תרפ"ה), פון רימאנאוו.
- רבי ישראל פרידמאן ( - י"ט מנחם אב ה'תשמ"ד) פון ניו יארק.
- מרת שפרינצא
- רבי דוד יהושע פרידמאן ( - ), ער איז נפטר געווארן יונגערהייט.
- רבי שלמה חיים פרידמאן (א' ניסן ה'תרנ"ז - כ"ו מנחם אב ה'תשל"ב), פון תל אביב.
- רבי יהודה צבי פרידמאן (כ"ה ניסן ה'תרנ"ז - ח' ניסן ה'תשי"א), פון תל אביב.
- מרת רחל ( - כ"ח שבט ה'תשל"ב), די ווייב פון רבי שלמה פרידמאן (י"ד ניסן ה'תרנ"ד - ט"ו חשוון ה'תשי"ט), פון טשארטקאוו.
- מרת בלומא רייזל, זי איז נפטר געווארן יונגערהייט.
- מרת מרים, זי איז נפטר געווארן יונגערהייט.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (33)