אהרן פרידמאן (סאדיגורא)
רבי אהרן פרידמאן זצ"ל (י"ב תשרי ה'תרל"ז - י"ט תשרי ה'תרע"ג), פון סאדיגורא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז געבוירן י"ב תשרי ה'תרל"ז, צו זיין פאטער הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן, פון באהוש.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין עלטער פון דרייסיג יאר, נאך די פטירה פון זיין פאטער י"ג תשרי ה'תרס"ז האבן דעם פאטער'ס חסידים אויפגענומען רבי אהרן אלס רבי אויף זיין פאטער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר, אין דעם זעלבען טאג פון זיין ברית, ביי די אושפיזא פון אהרן י"ט תשרי ה'תרע"ג, און ליגט אין סאדיגורא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרנ"ו האט רבי אהרן געהייראט מרת שרה שיינדיל רויזא ( - י"ב מנחם אב ה'תשי"ח), א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:
- מרת מרים, די ווייב פון ר סענדער וואלף.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (9)