ה'תרפ"ה
ה'תרפ"ה (5685) – אדער אין קורצן תרפ"ה – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט פארן 29סטן סעפטעמבער, 1924, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: 18טן סעפטעמבער, 1925. ה'תרפ"ה איז א פשוט יאר (מיט בלויז איין חודש אדר) וואס איז לאנג 355 טאג. דאס איז דאס ערשטע יאר צו שמיטה.
לויט דער הלכה, איז יאר ה'תרפ"ה דער אנהייב פון א זון ציקל פון 28 יאר, דעריבער מאכט מען די ברכה פון ברכת החמה, מיטוואך י"ד ניסן - אפריל 8, 1925 .
געבוירן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י' תשרי – הרב אליעזר הגר, אדמו"ר סערעט וויזשניץ. (נפטר ה'תשע"ה)
- י"א תשרי – הרב דוד משה רויזנבוים, אדמו"ר מקרעטשניף. (נפטר ה'תשכ"ט)
- ט"ו כסלו – עד קאטש, בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי.
- י"ח טבת – שלמה קארליבאך, . (נפטר ה'תשנ"ה)
- י"ב ניסן – העלגע דין, א האלענדישע אידישע מיידל, וואס אירע לעצטע טעג אונטער דער נאצישער הערשאפט זענען באשריבן אין איר טאגבוך. (דערמארדעט ה'תש"ג)
- כ"א ניסן – הרב דוד משה ליבערמאן, רב פון קהל שומרי הדת אין אנטווערפן, און פון די גרינדער און מיטגלידער פונעם נשיאות פון מרכז רבני אירופה.
נפטר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ג' אייר – נפטר רבי ישעיה שטיינער, רבי ישעיהלע קערסטירער
קאלענדאר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿאָלגנדיק איז אַ קאָמבינירטער יידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג-קעסטל :- איינער אדער צוויי אותיות וואס באצייכענען דעם טאג אינעם יידישן חודש, און א נומער וואס באצייכנט דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
די טעג װאָס זײַנען אָנגעװיזן מיט אַ באַזונדערן קאָליר, באַצײכענען ייִדישע פֿײַער־טעג און יום־טובֿים (אונטן איז דער אָנװײַז).
| ►► | ה'תרפ"ה | ◀◀ |
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- די בוך מיין קאמפף איז דערשינען געווארן.
- ייווא אינסטיטוציע איז געגרינדעט.