א' כסלו
אויסזען
(אַריבערגעפֿירט פון א' כסליו)
די טעג ווען א' כסלו קען געפאלן זענען:
| קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
|---|---|---|
| בחג בחה | דאנערשטיג | תולדות |
| בשה בשז גכה גכז | פרייטיג | תולדות |
| החא הכז | זונטיג | ויצא |
| השא השג | מאנטיג | ויצא |
| זחא זחג | דינסטיג | תולדות |
| זשג זשה | מיטוואך | תולדות |
געבוירן
- ה'תר"ד - הרב דוד צבי האפמאן - פון די פירערס פון ארטאדאקסישע יידן אין דייטשלאנד
יארצייטן
- ה'שי"ט - רבי שלום שכנא פון לובלין, רב פון לובלין און רבי פונעם מהרש"ל און רמ"א
- ה'תס"ד - רבי יוסף משה פון קראקע, מחבר פון "מסורת הש"ס"
- ה'תרנ"ג - רבי חיים נתן דעמביצער פון קראקע, מחבר פון "כלילת יופי"
- ה'תרס"א - יוסף קנאפא, רב און מקובל פון מאגאדאר, מאראקא
- ה'תרס"ב - רבי משה האגער פון ראדעוויץ, מחבר פון "ויקח משה"
- ה'תשס"ט - הרב גבריאל האלצבערג און זיין ווייב רבקה, קדושים פון מומביי