לדלג לתוכן

ברוך נתן האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
ברוך נתן האלבערשטאם
געבורט המאה ה־20
וויליאמסבורג, ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט לאנדאן
באלאנג סאטמאר (מהרי"י)
באשעפטיגונג רבנות און הוראה
פאטער משה האלבערשטאם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי ברוך נתן האלבערשטאם איז דער רב פון דער סאטמארער קהילה פון רבי זלמן לייב טייטלבוים אין לאנדאן. ער איז געווארן רב אין תשע"ה נאך וואס ער האט דארט געוואונען די וואלן,‏[1] און ער האט זיך דאן אהינגעצויגן פון זיין היימשטאט וויליאמסבורג וואו ער פלעגט וואוינען בעפאר.

ער איז גאון אדיר, און גאר א שארפער, א שטרענגער קנאי און א גאר קלוגער מענטש.

ער איז גאר שטארק באהאוונט אין דער שיטה פון רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר, און ער טרעט אפטמאל אויף מיט דרשות איבער דער שיטה, און אקעגן די ציונים און אגודיסט'ן. ער איז אויסגעוועלט געווארן צו אויפטרעטן ביים גרויסן כינוס אין בארקלעיס סענטער אקעגן דעם גזירת הגיוס.

ער איז א זון פון רבי משה האלבערשטאם, דער קיוויאשדער רב זצ"ל פון וויליאמסבורג, וואס איז א בן אחר בן צום צאנזער רב. ער האט געהייראט רחל, די טאכטער פון רבי מרדכי שטיין, פאלטישאנער רב.

ער האט א זון מיטן נאמען הרב צבי אלימלך שליט"א וואס איז געבוירן בערך תשס"ב אין חדר האט ער געלערנט אין סאטמאר'ן חדר אין וומס"ב ווען זיין פאטער האט זיך געצויגן קיין לאנדאן איז ער אריין אין ת"ת סאטמאר לאנדאן דערנאך האט ער געלערנט אין די סאטמאר'ן ישיבה קטנה אויף לימעס רד. ביי הגאון רבי וואלף בלום זצ"ל שפעטער איז אריין אין ישיבה גדולה סאטמאר לאנדאן. בשנת תשפ"א האט ער חתונה געהאט מיט מרת רייזיל תליט"א טאכטער פון הרה"ג רבי יואל פאללאק שליט"א דיין אין די סאטמארע קהילה אין לאנדאן זון פון נאנשע רבי פון וומס"ב און איידעם פון רבי בעריש מייזעלש מווייטצען לאנדאן שליט"א די חתונה איז פארגעקומען אויף א קליינע פארנעם צוליב די קארנא ווייריס וואס האט דאן געבשעוועט אין די פרדס וויזשניץ זאל. ער האט צוויי טעכטער אין איין זון אסתר. הינדא. שרגא פייבוש. היינט צו טאגס זיצט רבי הערש אלימלך אין סאטמארן כולל אין לאנדאן ווי ער לערענט אינאיינעם מיט זיין חבורה הרב מנשה סלאנסקי שליט"א ווי זיי אקערן דורך שווערע סיגות הש"ס והשו"ע ביז די שפעטע נאכט שעות זעט מען איהם נאך זיצין אונעם סאטמארן בית המדרש אויף קעזנעוו ווי ער האקט שטיקער נישט אראפ נעמענדיג די אויגן פון גמרא, נאטע צו רבי הערש אלימלך זאגן אז עס וואקסט דא אויף א גדול בישראל וואס וועט נאך באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה, קדושה, מסורות אבות ועוד. ונזכה ונחיה ונראה