אברהם לייטנער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

הרב אברהם לייטנער (נפ׳ י"ח חשוון ה'תשס"ח) איז געווען א רב אין מאנטעווידעא, אורוגוויי. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און איז געווען אנגענומען אלס רב ומורה צדק ביי די סאטמארער קרייזן.

ער איז געווען באטראכט אלס א חשובער רב בשעת ווען ר' יואל האט געלעבט וואס איז געווען א חסיד נישט נאר א סימפאטיקער עס איז געווען א מנהג פון ר' יואל מיט אים צו שמועסן איבער עניני הנהגה יעדן טאג בשעתן צאמלייגן טלית און תפילין.

ער איז געווען א תלמיד פון רב דושינסקי.

ער איז געווען דער פירער פון די מער עקסטרעמע, פרומע קרייזן אין סאטמאר, ווי דער בני יואל.

האבנדיג געווען פון די שווארצע ביים לעבן פון סאטמארער רב. זיי זענען געווארן אנגערופן "שווארצע" דורך דעם דעמאלסדיגן ראש הקהל פון סאטמאר, איז ער געווען פון די גרעסטע חסידים פון ברך משה, וואס כידוע האבן די אלגעמיינע סאטמארע פרומע און נאנטע צו פאוער זיך קעגן געשטעלט די ברך משה. אחוץ די פרומע שווארצע וואס זיי זענען געווען נרדפים פון אלטן הנהגה האבן זיי זיך געפרייט צו קענען צוריק קומען קיין סאטמאר.

אבער ביי די פרשה פון ווען די ברך משה האט געזאגט אויפן קאשוי רב אז ער איז משוגע האט ער זיך צוקריגט מיטן ברך משה און אנגעהויבן צו שטיצן די שונאים פון ברך משה צו יעדן געלעגנהייט אבער נאר באהאלטן ביז די סקול דיסטריקט פרשה איז אלעס ארויסגעקומן אויף די אפענקייט, ווען פורים כטוב לב המלך ביין בעת משתה היין, אינמיטן די באקאנטע הייסע קאכעניש, ווען דער רבי ר' משה טייטלבוים איז געווען גאר ברוגז אויף אים, האט אים דער ברך משה אנגערופן, א "פּגום". סאטמארער רבי האט גלייכצייטיג א צייג געטאן אויף זיין העמדל און זיך אויפגעמאכט אז ער האט אליינס געזעהן די מוטער פון ר' אברהם איז אויך אזוי געגאנגען בפריצות און אויסגעלאסן, (צו זאגן, דו בנו של פשוט טראץ ביסט א ת"ח ווי קומסטו צו זאגן דא פאר אונז דעות - אייניקלעך פון ישמח משה, וואס עס איז מקובל אז דער ישמח משה האט געזאגט אז אכצען דורות זענען שוין די משפחה קדושים וטהורים, - אויף דעם וואס ער האט ארוס גערעדט אנטגעגין דעם קרית יואל פאבליק סקול).

אבער מען מוז צולייגען כמה פעמים ווען ער איז גאר שטארק מיט געשטאנען מיט די ברך משה ביי געוויסע שווערע מערכות וואס סאטמאר האט געפירט אקעגין די וועלט, למשל ווען סאטמאר האט זיך געקריגט מיט ליבאוויטש און חבד האט זייער אינטערגעריסען און כפר חבד הרב אברהם האט אלע סאטמארע דיינים ארויס זייער שטארק זיך אנעמען פאר כבוד התורה זייענדיג א אינגערמאן מיט א רעספעקט ווי א רב פון די אלטען דור, אויכעט ביי די מערכה וואס סאטמאר געפירט קעגין בעלזא איז ער געווען בראש המערכה צוזאמען מיט די ברך משה קאשוי רב און רבי לייבוש לייזער מפשעווארסק,

ביי די חלב פרשה איז ער אויך מיטגעשטאנען מיט די דיינים פון קהל יטב לב,

ער האט נישט מורה געהאט פון קיינעם וועען עס איז געקומען צום אמת

ווען דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון רבי זלמן לייב צו זיין דער ווילאמסבורגער רב איז רבי אברהם שלא כדרכו ארויס פון זיין וועג מחזק זיין די הנגהת התורה פון הרב זלמן לייב מיט זיין בית דין ער האט געזאגעט הייסע דרשות פון די גרויסע סיעתא דישמיא וואס דער ברך משה האט געהאט אהער צו שטעלן בנו החביב אויף די שטיל פון זיין פעטער דער מייסד הקהלה, און פון דעמאלט איז ער געווען א אפטע גאסט און סאטמאר פרייענדיג זיך צו זעהן ווי סאטמאר שפאנט אויף די אלטע אויסגעטרעטנע וועג, און רבי זלמן לייב האט זיך זייער גרעכענט מיט זיין מיינוג אלעס וואס באלאנג די עניני הקהלה וכו' ובפרט ווען די אנדערע צד איז געווען און קארט האט ער זייער מוחה געווען,

רבי מאטעלע וויזניצער שליט"א, דערציילט אז ער געדענקט דעם פאטער פון ר' אברהם אין דער שטאט גראסווארדיין. ער איז געווען אן ערליכער איד און פלעגט הויך שרייען "יהא שמיה רבה".

צווישן קראנטע רבנים, איז געווען באקאנט אז אויף ר' אברהם האט מען זיך געקענט פארלאזן אויף גאר האקעלע שאלות, - איין משל, אויף די שאלה צו חתונה האבען מיט מינקת חבירו, וואס עפ"י הלכה דארף מען ווארטן 2 יאהר, כ"ד חודש, אויב וועגען סיבות וויל מען חתונה האבען פריער, דארף מען האבען רשות פון גדולי הדור. צווישען גדולי הרבנים, האט מען גערעכנט ר' אברהם'ן פון די גדולי הדור, אז ער איז געווען א בר סמכא צו ענטפערען אויף די דאזיגע שאלה, וואס אנדערע רבנים האבען מורא, האבן זיי געשיקט צו ר' אברהם. אבער זיינע חידים צייגן אן אז ער איז געווען דער גרסעטער פוסק ביי די לאבין עגונה פרשה.

בערוב ימיו האט רבי אברהם געפירט צוויי הייסע מערכות איינס אקעגן דעם עירוב און ווילאמסבורג. און די צווייטע מערכה איז געווען אקעגן בויען הייזער פאר ארטיסטן און רבי אברהם האט געזאגט ארור האיש אשר יבנה ביתו לארטיסטן.

מיט זיין שטארקן קנאות האט ער געהאט אויפגערעגט אסאך אידן, איבערהויפט מיט זיין עקשנות'דיגן קאמף קעגן דעם קרית יואל סקול דיסטריקט. אבער ר' אברהם האט זיך נישט געשראקן, אזוי ווי עס שטייט ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה. זיינע קינדער האבן גאר שטארק געהיטן אויף אים ווייל ער האט געכאפט אמאל א נערווען בראך און האבן אים נישט געלאזט קעמפן, עס איז זיי נישט געלונגען אייביג אים צוריקצוהאלטן, ווי למשל ער האט געגעבן עפנטליכע שטיצע פאר אלע פעולות פון נטורי קרתא אבער ווען די וועלט האט געשריגן איז נישט געווען פון אים קיין צעטל אהער אדער אהין, ווי למשל די פרט פון זייער זיך צו טרעפן מיט אראפאט און אראבישע טעראריסטן, וואס ער האט געהייסן בעל פה, אדער די מוחאות און פארשעמונגען קעגן הרב שטיינמאן וואס ער האט געהייסן בעל פה אבער נישט בכתב[פֿעלט אַ מקור].

ער איז נפטר געווארן י"ח חשוון ה'תשס"ח. ביי זיין לויה האבען טויזנטער מלווה געווען. צווישן די מספידים איז געווען רבי זלמן לייב מסאטמאר. ער ליגט באגראבן אין דעם מאנטעוועדא'ער חלקה, וואס איז אינקארפארירט אין דעם בני יואל בית הקברות אין מאנרא, ניו יארק.