משה מנחם טירנויער
ר' משה מנחם טירנויער זצל איז געווען דער דיין פון דער סאטמערער קהילה אין מאנטרעאל, און דער ראש ישיבה פון ישיבת תורת משה (סאטמאר), מאנטרעאל.
ער איז אן אויסגערופענער תלמיד חכם, און א גאון עצום. ער איז א סאטמארער תלמיד, אין אויך א תלמיד פון הגאון רבי אברהם לייטנער זצ"ל, מאנטעווידעא רב.
ר' משה מנחם האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטרעאל דורך דעם שליחות פון דעם סאטמארער רבי.שפעטער ווען דער רב ר' שיימא איז אוועק איז ער דארט אויפגענומען געווארן אלס דיין, אויפן ארט פונעם פריערדיגן רב ר' שיימא שווארץ, אין יאר תשל"ג לפ"ק.
ער איז געווען א שטארקער חסיד פון ברך משה, און האט געשטיצט די פאבליק סקול אין קרית יואל, היינט צו טאגס איז ער א גרויסער שטיצער פון ר' זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג.
ער איז א גרויסער קנאי, און פון די גרעסטע פרעדיגערס וועגן דער סאטמארער שיטה.
ער איז נסתלק געווארן מוצאי שבת כי תצא, יד אלול תשפ"א, אין עלטער פון 74 יאר אלט.
עקסטער האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס האבן שוין נישט בדרך כלל קיין מסגרת וואס ער האט גענומען אויף די אייגענע אחריות און אליינס געשאפן די פאנדן דערפאר. אלס ראש ישיבה איז אויפגענומען הרב אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זון פון הרב סיני וואגשאהל מלאנצהוט. און ער איז פארבליבן ראש ישיבה אויך שפעטער.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איידעם ביי הרב משה הלל קאהן אבד״ק סענזשארץ.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ר בעריש
- ר עמרם
- ר שלמה
- ר יחזקאל
- ר יואל
- איידעם הרב יושע לערנער
- איידעם הרב פישל שטויבער
- איידעם הרב אהרן יוסף לייטנער
תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]