לדלג לתוכן

מוצאי שבת

פֿון װיקיפּעדיע
מאעכט מצוות הבדלה בכלי נגינה בשמחה וטוב לבב

שבֵתע־נאכט אדער שבת־צו־נאכט (ארויסגגערעדט "שפייזצענאכט") אדער אויף לשון־קודש מוצאי שבת, מוצש"ק מיינט די נאכט נאך שבת, פון ווען ס'ווערט פינסטער ביז זונטאג אינדערפרי. ביי יידן מאכט מען הבדלה, מען טאר נישט עסן פאר הבדלה.

כדי צו וויסן ווען ס'איז אויס שבת דארף מען קוקן אין הימל און זען דריי קליינע שטערן. טאמער ס'איז איבערגעוואלקנט און מען קען נישט זען די שטערן אין הימל, דארף מען זיין פארזיכערט אז ס'איז שוין גוט פינסטער אינדרויסן. היינטיקע צייטן חשבונ'ט מעו די זמנים און מען דרוקט זיי אין א לוח. ס'איז אויך פארהאן קאמפיוטער פראגראמען וואס פירן אויס דעם חשבון. עס ווערט דערמאנט אין גמרא און אין פוסקים אז מען זאל מוסיף זיין מחול אל הקודש (זעה ר"ה ט. יומא פא: מו"ג ג:), דאס הייסט חוץ דעם וואס עס איז טאקע פארטיג מיטן שבת טאג, דארף מען צו לייגן נאך עטליכע מינוט, די תוספות שבת איז פון אנפאנג פון די שקיעה ביז זמן בין השמשות, און שולחן ערוך שטייט אז מען איז מוסיף ביציאתו דאס הייסט ווען דער שבת גייט ארויס (סי' תר"ח).

שבתע־נאכט אין דער שמונה עשרה זאגט מען "אתה חננתנו" אין דער פערטער ברכה (חונן הדעת). אין דער תפילה דערמאנט מען די אונטערשיד צווישן שבת און די וואכנטעג.

מען פירט זיך צו זאגן מוצאי שבת ספעציעלע זמירות, מען דערמאנט דארט אליהו הנביא, ווייל עס שטייט אין מדרש אז מוצאי שבת זיצט אליהו הנביא און שרייבט די זכותים פון כלל ישראל פון די וואס היטן שבת (מוהר"ש).

שבתע־נאכט פראוועט מען א באזונדערע סעודה וואס הייסט מלוה מלכה, מען באגלייט די שבת קעניגן ווען זי גייט אוועק.[1]

מוצאי שבת אין חסידות

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חסידים פירן זיך צוזאמען קומען מוצאי שבת און פראווענען מלוה מלכה, מען עסט צוזאמען, מען שמועסט זיך אויס, און מען פארציילט מעשיות פון אמאליגע גוטע אידן.

א אינטערעסאנטע זאך שטייט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סי' קי"ז) א טעם פארוואס מען זעט אז מוצאי שבת איז שווער צו שלאפן. מען בלייבט אויף ביז שפעט.

  1. שו"ע אורח חיים סימן ש


אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.