יצחק דוב קאפלמאן
מראה
געבורט |
30 אפריל 1909 ה'תרס"ו כארקעוו, רוסלענדישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
17 יוני 2011 (אלט 102) ט"ו סיון ה'תשע"א ציריך, שווייץ | |
מדינה | שווייץ, רוסלענדישע אימפעריע | |
טעטיקייט ארט | לוצערנער ישיבה | |
באשעפטיגונג | תורה | |
אמטן | ראש ישיבה | |
זיינע רביס | רבי שמעון שקאפ | |
הרב יצחק דוב קאפלמאן (אייר ה'תרס"ה - ט"ו סיון ה'תשע"א) איז געווען דער לאנגיעריגער ראש ישיבה פון דער לוצערנער ישיבה אין דער שווייץ.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב קאפלמאן איז געבוירן אין כארקעוו, אוקראינע. אכצן יאר האט ער געלערנט אין דער גראדנער ישיבה ביי רבי שמעון שקאפ. ביים צווייטען וועלט קריג ביים אנטלויפען פון ווילנא האט ער מיטגענומען מיט זיך כתבים פון ר' שמעון[1] (עס איז געדריקט אין די נייע שערי ישר'ס). נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען אים גענומען אלס ראש ישיבה אין דער אנטווערפענער ישיבה, וואס מען האט אויפגעשטעלט פונדאסניי אין קאפעלן. נאך צען יאר האט ער זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו ער האט אויפגעשטעלט די "שערי יושר" ישיבה. אין תשכ"ד האט מען אויפגענומען אלס נאכפאלגער פון רבי משה סאלאווייטשיק אין דעם אמט פון ראש ישיבה אין לוצערן.