באבאוו

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער באָבאָווער בית עולם

באָבאָוו (פּויליש: Bobowa) איז אַ שטעטל אין מערב-גאַליציע, הײַנט פּוילן, ווײַט 18 ק"מ מערב פון גארליץ, און 83 ק"מ דרום־מזרח פון קראָקע.

ביז 2009 איז באָבאָוו געווען אַ דאָרף.

אום תר"ס האָבן געוואוינט 749 אידן אין באָבאָוו.

הר"ר שלמה האַלבערשטאַם איז געווען רב פון באָבאָוו תר"ז - תרס"ה וואו ער האָט געגרינדעט די באַוואוסטע באָבאָווער חסידות. נאָך זײַן פטירה איז זײַן זון הר"ר בנציון האַלבערשטאַם געוואָרן רב און אדמו"ר ביז דער צווייטער וועלט מלחמה ווען ער איז געהרגעט, און די אידישע קהילה אין באָבאָוו איז צעשטערט געווען.

ס'איז נאָך געבליבן אין באָבאָוו אַ שול פון תקל"ח.

קאארדינאטן: 49°42′N 20°56′E / 49.700°N 20.933°E / 49.700; 20.933