לדלג לתוכן

שלמה האלבערשטאם (א)

פֿון װיקיפּעדיע
שלמה האלבערשטאם
געבורט 1847 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1905 (אלט 58 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי שלמה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ז - א' תמוז ה'תרס"ה), דער ערשטער באבאווער רב.

רבי שלמה איז געבוירן אין דזשיקאוו אין יאר ה'תר"ז, צו זיין פאטער הרב מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון, הרב אליעזר הורוויץ, דער דזשיקאווער רב, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. ביי די אכט יאר איז ער געווארן א יתום פון פאטער, ער איז ערצויגען געווארן ביים זיידן דער צאנזער רב.

אין עלטער פון אכט יאר איז רבי שלמה געווארן א יתום פון זיין פאטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידן דער צאנזער רב. דער זיידע האט אין אים אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות, אין רבי שלמה איז אויסגעשטיגן א געוואלדיגער תלמיד חכם. רבי שלמה האט געלערנט ביים זיידן צוזאמען מיט זיין שוועסטער-קינד רבי משה'לע בארדיאווער, דער זיידע האט זיי איבערגעגעבן די אויפגאבע מסדר צו זיין זיינע תשובות.

אין יאר ה'תרכ"ה האט דער זיידע דער דברי חיים אריין געשטעלט רבי שלמה אלס רב אין בוקאווסק, אין יאר ה'תרל"ט איז ער געווארן רב אין אשפעצין, אין יאר ה'תר"ם איז ער אריבער קיין ווישניצא, אין יאר ה'תרנ"ב איז ער אריבער קיין באבאוו.

רבי שלמה איז נפטר געווארן אין באד-נויהיים, דייטשלאנד, א' תמוז ה'תרס"ה, מען האט צוריק געפירט קיין באבאוו און דארט געלייגט.

אין יאר ה'תרכ"א אין עלטער פון זעכצן יאר, האט רבי שלמה געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה הענא א טאכטער פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. זי איז נפטר געווארן ט"ו אב ה'תרס"ב. זייערע צוויי קינדער:

בזווג שני האט רבי שלמה געהייראט מרת רעכיל בריינדל א טאכטער פון הרב מנשה טייטלבוים.

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
פֿריערדיגער:
ערשטער
אדמורי"ם פון באבאוו
תרכ"ה - תרס"ה
נאָכפֿאלגער:
רבי בן-ציון האלבערשטאם