אליעזר הורוויץ
טויט |
18 אקטאבער 1860 ![]() |
---|---|
![]() ![]() |
רבי אליעזר הורוויץ (ה'תק"ן - ג' חשוון ה'תרכ"א), רב אין דזשיקאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תק"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער פון דוקלא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר'ל האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער אין ראווא-רוסקא. ווען זיין שווער איז געווארן א יורד רח"ל האט ער זיך ערשט באשעפטיגט מיט האנדלען פון וויין, נאכהער איז ער געפארן קיין ראפשיץ וואוינען נעבן פאטער. נישט וועלנדיג אננעמען קיין רבנישע שטעלע, האט ער - האבנדיג א זייער א שיינע און זיסע שטימע - זיך געפרואווט צו ערנערען פון חזנות, אבער נישט קענענדיג ביישטיין די פינאנציעלע ענגשאפט, איז ער געווארן רב אין דזשיקאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר'ל איז נפטר ג' חשוון ה'תרכ"א, אין ליגט אין דזשיקאוו.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר'ל האט געהייראט מרת חיה,[1] די טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל ראזענפעלד פון ראווא-רוסקא, (א פעטער פון הרב שלום ראזענפעלד פון קאמינקא (דער ערשטער)). זייערע קינדער:
- הרב ישראל הורוויץ (ה'תקע"ד - ר"ח ניסן ה'תר"ל), רב אין בארניוו.
- הרב מאיר הורוויץ (ה'תקע"ט - ח' תמוז ה'תרל"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דזשיקאוו.
- הרב ראובן הורוויץ (ה'תק"ף (אומגעפער) - י"ד אייר ה'תרל"ט), רב אין דעמביץ.
- הרב משה הורוויץ (ה'תקפ"ד (אומגעפער) - י' סיון ה'תרנ"ד), רב אין ראזוואדאוו.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם (ה'תקפ"ה – ט"ו מנחם אב ה'תרט"ו), א זון פון דברי חיים.
- די ווייב פון הרב חנינא הורוויץ (ה'תקפ"ב (אומגעפער) - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אולינוב, א זון פון איר פעטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבי ישראל חיים אשרי ברענגט אז דער דזשיקאווער רב פלעג דערמאנען זיין זיידע דעם אמרי נועם מיטן נאמען "מאיר בן חיה" (יאהרצייט, אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א)