חנינא הורוויץ
מראה
רבי חנינא הורוויץ זצ"ל (ה'תקפ"ב - ב' חשוון ה'תרמ"ב), רב אין אולינוב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנינא איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשוב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון יאר ה'תרל"ב איז רבי חנינא געווען רב אין אולינוב.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנינא איז נפטר ב' חשוון ה'תרמ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חנינא האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים יעקב הורוויץ (ה'תרי"א - ה'תרע"ה (אומגעפער) ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין אולינוב.
- די ווייב פון הרב יהושע פרענקל.
- די ווייב פון הרב יחיאל וואגשאל (ה'תקפ"א - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), רב אין פריסטיק.
- מרת טויבא די ווייב פון הרב מרדכי דוד טייטלבוים.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב צבי הירש שפירא, דער דרכי תשובה.
- מרת פרידא, די ווייב פון הרב אפרים זלמן רוקח.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר