ישראל הורוויץ (בארניוו)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי ישראל הורוויץ זצ"ל (ה'תקע"ד - ר"ח ניסן ה'תר"ל), רב אין בארניוו.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל'יש איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ד, צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל'יש איז אויפגענומען געווארן אלס ערשטער רב אין בארניוו, ס'איז געווען א שטאט פון בני תורה. כאטש ער איז געווען באוואוסט אלס געוואלדיגער בעל מופת, א בעל מקובל און א הייליגער מענטש, דאך האט ער נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע, און ער האט פארטריבן די וואס זענען געקומען זיך פראוון ביי אים. ער האט געלערנט מיט אויסגעצייכענטע בחורים, און ער האט איינגעפירט אז יעדן שבת זאל זאגן איינער פון די בחורים א פילפול.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל'יש איז נפטר געווארן ר"ח ניסן ה'תר"ל.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תקפ"ח האט רבי ישראל'יש געהייראט בזיווג ראשון מרת יוכבד א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו, א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו.

בזיווג שני האט רבי ישראל'יש געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק. זייערע צוויי קינדער:

בזיווג שלישי האט רבי ישראל'יש געהייראט די אלמנה פון הרב דוד לעזער פון טארנא.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר