לדלג לתוכן

אברהם שמחה הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אברהם שמחה הורוויץ זצ"ל (אלול ה'תר"ו - ט"ו אדר א' ה'תרע"ו), רב אין בארניוו.

רבי אברהם שמחה איז געבוירן מיט א ברכה פון רבי הערשעלע רימאנאווער אין יאר ה'תר"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל הורוויץ רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער ביילא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ, (דער ערשטער) רב אין לינסק.

אין יאר ה'תר"ל נאך די פטירה פון זיין פאטער איז רבי אברהם שמחה, אין עלטער פון פיר און צוואנציג יאר, געווארן רב אין בארניוו אויף זיין פאטער'ס ארט.

רבי אברהם שמחה איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכט'ס ט"ו אדר א' ה'תרע"ו, מוצאי שבת האט מען אים געלייגט אין הר הזיתים, לעבן זיין ידיד הרב נפתלי חיים הורוויץ דער וואָנדער רבי. זיין צווייטע ווייב מרת פייגא איז נפטר געווארן י"א תמוז ה'תרע"ו, אין ליגט אויך אין הר הזיתים.

רבי אברהם שמחה האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב צבי הירש שטיין. זיינע קינדער:

  • מרת ברכה [2], די ווייב פון הרב מרדכי שפירא, רב אין בערטש.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא 'דישא, א.ל.ג בטעות פארפעלט יעקב
  2. זרעא קדישא, א.ל.ג שרייבט בטעות חיה הינדא (ער אליין שרייבט ביים בערטשער רב "ברכה")