אלטער אליעזר הורוויץ
רבי אלטר אליעזר הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ל - כ"ט חשוון ה'תש"ג), רב אין ריגליץ.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אלטר איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אין יאר ה'תרס"ט ווען זיין פאטער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט זיך אויסגעבראכן א קריגעריי אויף דעם בארניווער רבנות, צווישן רבי אלטר און זיין ברודער רבי איטשעלע, אין דער ענדע האבן זיי זיך פארגלייכט און דער ברודער האט באצאלט פאר רבי אלטר זיבן קראנען א מאנאט ער זאל זיך ציען קיין ריגליץ, און איבערנעמען דאס רבנות אין ריגליץ. שפעטער איז רבי אלטר געווארן רב אין סטאשאוו.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אלטר איז אומגעקומען אויף קידוש השם, זיין יארצייט ווערט געהאלטען כ"ט חשוון ה'תש"ג.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי אלטר האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט. זייערע קינדער:[1]
- הרב ישראל יוסף הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח), ריגליצער רב, ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב.
- הרב רפאל הורוויץ (ה'תרנ"ו - י' כסלו ה'תשל"א), קאלאמייער רבי פון בורו פארק, ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת.
- די ווייב פון הרב שלום רוקח, פון סקאהל.
- מרת יוכבד הי"ד, די ווייב פון הרב ירוחם דאכנער, פון בריגעל.
די ווייב פון הרב משה הורוויץ פון פשעצלאוו א אייניקל פון הרב אברהם חיים הורוויץ, רב אין פלאנטש.
- מרת פעלא, די ווייב פן הרב יואל הערשבערג פון קראקא.
- מרת ביילא די ווייב פון הרב משה ריינמאן א זון פון הרב חיים ריינמאן פון נאראל.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ זעט רעדן בלאט