יעקב יצחק הורוויץ
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם בארניווער רב. טאמער זוכט איר דעם חוזה פון לובלין, זעט יעקב יצחק פון לובלין.
רבי יעקב יצחק הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ד - כ"א ניסן ה'תרצ"ד), רב אין בארניוו, רבי איטשעלע בארניווער.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איטשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד, אלס עלצטער זון צו זיין פאטער הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איטשעלע האט געהאט היתר הוראה פון הרב דוב בעריש ראפאפארט רב אין ראווא און פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל. פון יאר ה'תר"ן איז ער געווען דיין אין בארניוו, אין יאר ה'תרס"ט ווען זיין פאטער איז ארויף געפארן קייןארץ ישראל האט זיך אויסגעבראכן א קריגעריי אויף דעם רבנות, צווישן רבי איטשעלע און זיין יונגערן ברודער רבי אלטער אליעזר, צום סוף האבן זיי זיך פארגלאכט און רבי איטשעלע האט באצאלט פאר'ן ברודער זיבן קראנען א מאנאט ער זאל זיך ציען קיין ריגליץ. אין זיינע לעצטע יארן האט רבי איטשעלע אנגעטרויטן דאס בארניווער רבנות פאר זיין זון רבי אביגדור, און ער איז געווארן רב אין זאוויכוואסט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איטשעלע איז נפטר געווארן אין זאוויכוואסט שביעי של פסח כ"א ניסן אין יאר ה'תרצ"ד (אומגעפער).
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איטשעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חנה א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ , א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער. זייערע קינדער:
- הרב אביגדור הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארניוו.
- מרת יוכבד די ווייב פון הרב ראובן הורוויץ הי"ד, פון אלפין און אולינוב, א זון פון הרב מרדכי דוד הורוויץ, פון אלפין און אוליאנאוו.
בזיווג שני האט רבי איטשעלע געהייראט מרת מירל א טאכטער פון זיין פעטער הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו. זי איז נפטר געווארן אין ראזוואדאוו אין עלטער פון זיבעציג יאר כ"ו ניסן ה'תרצ"ז, אן קינדער.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר יזכור - בארניוו