צבי הירש הורוויץ (ראזוואדאוו)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי צבי הירש הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ט - חשוון ה'תרע"ט), דער ראזוואדאווער רב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערש'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערש'עלע איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראזוואדאוו. רבי הערש'עלע איז געווען פון די אנגעזעהנע רבי'ס אין זיין צייט. ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפען קיין וויען. ווען ער איז צוריק געקומען האט ער זיך באזעצט איו ריישא.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערש'עלע איז נפטר געווארן אין חודש חשוון ה'תרע"ט, אין ריישא, און מען האט אים געלייגט אין ראזוואדאוו.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערש'עלע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב יחיאל וויגשאהל רב אין פריסטיק.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב משה זילבערפארב, אן איידעם פון הרב חנוך הענך פון אלעסק. זיינע קינדער:

  • הרב שמחה הורוויץ (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), פון ווישנא, ער האט געהייראט מרת חנה שרה א טאכטער פון הרב יעקב משה סאפרין, פון קאמארנא.
  • מרת געננדל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יעקב עפשטיין א זון פון הרב לייביש עפשטיין, דער אוזשראווער רבי, בזיווג שני די ווייב בזיווג שלישי פון הרב חיים האגער פון אנטיניע.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר