ישראל יוסף הורוויץ
רבי ישראל יוסף הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח), ריגליצער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוס'עלע איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים א טאכטער פון הרב משה עפשטיין, א זון פון הרב קלונימס קלמן עפשטיין, א זון פון דער גוטער יוד פון ניישטאט.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרצ"ב איז רבי יוס'עלע געפארן וואוינען קיין אמעריקא, דארט איז ער געווען רב פון די קהלה בארניוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוס'עלע איז נפטר געווארן י"ז מנחם אב ה'תשכ"ח.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוס'עלע האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב. זי איז נפטר געווארן חודש אדר ה'תשל"ח. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי הורוויץ, ריגליצער רב אין בורו פארק.
- מרת אסתר די ווייב פון הרב משה הורוויץ, א זון פון הרב שמואל הורוויץ
- הרב אברהם שמחה הורוויץ
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר