קאסאן (הויף)
קאסאן איז אן אונגאריש חסידות געגרינדעט אין די תר״מ יארן דורך רבי יהוסף ראטנבערג, איידעם און ממלא מקום פון רבי משולם פייש פון טאש.
דאס חסידות שטאמט פון דעם זידיטשויבער חסידות, און איז הויפטקווארטירט היינט אין בארא פארק, ברוקלין. דער היינטיקער קאסאנער רבי איז רבי מאיר יהוסף ראטנבערג.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ערשטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהוסף ראטנבערג איז געבוירן געווארן ג' אב ה'תרי"ג. זיין פאטער הרב צבי הירש פון טלוסט איז געווען א זון פון רבי יוסף, רב אין קאזאווע, און רייזל, א טאכטער פון רבי צבי הירש פון זידיטשויב. זיין מוטער חיה דרעזיא איז געווען א טאכטער פון הרב שמואל ווילנער, רב אין האליטש. רבי יהוסף איז געווען א תלמיד פונעם צאנזער רב און פון רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים פון סיגעט. ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי משולם פייש הלוי, אדמו"ר אין טאש. נאָך זיין שווער׳ס פטירה האבן די חסידים גענומען אים צו זיין ממלא מקום, אזוי ווי זיין שוואגער אלימלך איז נאך געווען זייער יונג, אכט יאר אלט. ער האט געדינט נאכהער אין נירמאדע, דעברעצין און קאסאן. ער האט מחבר געווען דאס ספר "בני שלשים". ער איז נפטר געווארן כ"ג חשוון ה'תרע"ב.
צווייטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי חיים שלמה דער זון פון רבי יהוסף האט איבערגענומען זיין פאטער׳ס רעביסטעווע. ער איז געווען אן איידעם פון רבי אשר ישעיה פון קאלבאסאוו. ער האט געדינט אין ניראדאן, דערנאך אין דעברעצין און צום סוף אין קאסאן. זיין זון האט ארויסגעגעבן זיינע תורות אין דעם ספר "שמועה טובה". ער איז נפטר געווארן ו' טבת תר״ף. נאָך זיין פטירה האבן ביידע זיינע ברידער און זיין זון געפירט.
- רבי משה שמואל, זון פון רבי יהוסף, האט געפירט אין קליינווארדיין. סוף פון זיינע טעג איז ער אריבער צו די פאַראייניגטע שטאַטן און האט געוואוינט אין לאס אנדזשעלעס. ער איז נפטר געווארן ט״ז אייר תש״ו.
- רבי ישראל צבי, זון פון רבי יהוסף, איז געווען אן איידעם (צוויי מאָל) פון זיין ברודער רבי חיים שלמה, און ביים דריטן זיווג אן איידעם פון רבי שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט. נאָך דער פטירה פון זיין ברודער און שווער, האט ער אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע. ער איז געווען א ראש ישיבה. אין די חורבן יארן האט מען אים אריבערגעפירט אין דער בערעגסאזער געטא און פון דאָרט קיין אוישוויץ וואו ער איז דערמארדעט ג׳ סיון תש״ד מיט זיין זון רבי אלטער חיים שלמה. זיין איידעם (ביים זיווג ראשון) איז געווען רבי חנניה יום-טוב ליפּא טייטלבוים פון נירבאטור. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "אור מלא".
דאס חסידות נאך חורבן אייראפע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גזע פון רבי חיים שלמה ראטנבערג דער "שמועה טובה"
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי משה שמואל פון דעברעצין.
- רבי אשר ישעיהו ראטנבערג (ד' אלול ה'תרע"ה - א' ניסן ה'תש"ע) ממלא מקום פון זיין פאטער.
- רבי יעקב יהוסף אין בארא פארק.
- זיין איידעם רבי מאיר יהוסף ראטנבערג פון קאסאן בארא פארק.
- זיין איידעם הרב אליעזר שלמה שיק פון ברסלב. זון של רבי מנחם זאב אב"ד טאקאי.
- רבי חיים שלמה פון קאזעווע. איידעם פון רבי ישראל דוד פון שאץ.
- רבי טוביה אין פלעטבוש.
- זיין איידעם רבי חיים יהודה לייביש פון קאסאן-פארשיי.
- רבי יחיאל מיכל פון קאסאן בארא פארק.
- ר' מרדכי פון קאסאן-סאלקא, איידעם פון ר' יואל צבי ראטה אב"ד טיסא סאלקא
- רבי יעקב פון סאלקא-מאנסי.
- רבי חיים שלמה פון ירושלים, איידעם ביי זיין קרוב ר' מנחם ישראל פון קאסאן-בארא פארק
- רבי אשר ישעיהו ראטנבערג (ד' אלול ה'תרע"ה - א' ניסן ה'תש"ע) ממלא מקום פון זיין פאטער.
- זיין איידעם רבי יואל צבי ראטה אב"ד טיסא-סאלקה
גזע פון רבי משה שמואל ראטנבערג פון קליינווארדיין
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי פנחס שלום זון פון רבי משה שמואל האט אימיגרירט קיין אמעריקע אין די פריע תר"פ יארן, מיטן ציהל צו גיין נאך געלט פאר די ישיבה פון זיין פעטער, ר' ישראל צבי פון קאסאן, די אור מלא. ער האט געהאט זיין בית מדרש אין דעם בראנקס, קודם אויף לאנגפעלא עוועניא און דערנאך אויף מאלענער עוועניא. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי נפתלי ערליך פון דעלאטין (איידעם פון רבי שלמה יעקב פון זידיטשוב). נפטר כ"ד תמוז ה'תשכ"ו.
- רבי מנחם ישראל (-תשס"ג) האט געהייראט פריידא גיטל, טאכטער פון רבי מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר; ער איז געווען זיין פאטער׳ס ממלא אין דעם בראנקס און שפעטער האט ער געפירט אין בארא פארק. זיין בית מדרש הייסט "עתרת שלום". ער האט ווידער ארויסגעגעבן דאס ספר פון רבי יהוסף, "בני שלשים", אויך האט ער רעדאגירט און פארעפנטלעכט דאס ספר "אור מלא" פון זיין עלטער־פֿעטער רבי ישראל צבי, און געשריבן דערויף אן הקדמה וואו ער ערקלערט זיין שיטה אין חסידות.
- רבי מאיר יהוסף ממלא מקום פון זיין פאטער. האט אויפגעשטעלט א נייעם חרדישן יישוב אין לינדן, ניו דזשערזי. איידעם ביי זיין קרוב (שלישי ברביעי) רבי אשר ישעיהו פון קאסאן בני ברק.
- רבי משה שמואל קאסאנער רבי אין לאנדאן. האט א ישיבה ״עדות ביהוסף״.
- רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי, פון הילקרעסט אין מאנסי.
- הרב אברהם ברוך, קאסאנער רבי אין לייקוואוד. איידעם ביי רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש.
- רבי חיים יהודה לייביש פון פארשיי, מאנסי (קהל נצח ישראל). איידעם ביי זיין קרוב רבי חיים שלמה פון קאזעווע.
- רבי ישעיה משולם פייש אדמו"ר פון ראזלא אין ביתר. איידעם ביי רבי אהרן מרדכי רוטנער
- רבי משולם פייש (כ"ח כסלו תרצ"ב - ב' אדר א' תשע"ד) איידעם ביי רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש פון שאץ-מעליץ. רבי אין גבעת רוקח, בבני ברק.[1]
- רבי מנחם ישראל (-תשס"ג) האט געהייראט פריידא גיטל, טאכטער פון רבי מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר; ער איז געווען זיין פאטער׳ס ממלא אין דעם בראנקס און שפעטער האט ער געפירט אין בארא פארק. זיין בית מדרש הייסט "עתרת שלום". ער האט ווידער ארויסגעגעבן דאס ספר פון רבי יהוסף, "בני שלשים", אויך האט ער רעדאגירט און פארעפנטלעכט דאס ספר "אור מלא" פון זיין עלטער־פֿעטער רבי ישראל צבי, און געשריבן דערויף אן הקדמה וואו ער ערקלערט זיין שיטה אין חסידות.
קאסאנער ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בני שלשים - פון דער גרינדער פון דער דינאסטיע, רבי יהוסף ראטנבערג.
- שמועה טובה - פון דעם צווייטן רבי חיים שלמה ראטנבערג.
- אור מלא - פון רבי ישראל צבי ראטנבערג.
- חסידים הראשונים - פון רבי מנחם ישראל ראטנבערג פון קאסאן-בראנקס.
- שערי המידות - פון רבי יואל צבי ראטה פון סאלקא.
- מעט צרי - פון רבי יואל צבי ראטה פוןסאלקא.
ביבליאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יצחק אלפסי, החסידות, תל אביב, הוצאת מעריב, 1977, עמ' 214.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- חתונה פון דער טאכטער פון רבי יעקב מקוסון בורו פארק באתר יוטיוב (האדמו"ר מופיע בצד שמאל של הסרט).
- מצווה טאנץ בחתונת בנו של רבי מאיר יהוסף מקוסון באתר יוטיוב.
- רבי חיים יהודה לייביש מקוסון-פארשיי במצווה טאנץ באתר יוטיוב.
- חתונת ילדיהם של האדמו"רים רבי משה שמואל מקוסון לונדון ורבי חיים יהודה לייביש מקוסון פארשיי באתר יוטיוב.
- ספר יזכור לקהילת קוסון (ארכיווירט 03.03.2016 ביי דער Wayback Machine) (אויף ענגליש)
- קאסאנער ניגונים ״הזמנה לפיוט״ וועבזייטל.
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: | ||
מזרח-גאליציע: | ||
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: | ||
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: | ||
ירושלים: | ||
אנדערע: |