קליינווארדיין
|
קליינוואַרדיין (אונגאַריש: Kisvárda; דײַטש: Kleinwardein) איז א שטעטל אין סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע אין צפון-מזרח אונגארן. אין 2005 האט עס געהאט 18,000 איינוואוינער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער מיטל-אלטער האט דאס שטעטל געהייסן "וואַרדאַ". שפעטער האט מען צוגעלייגט דעם פרעפיקס "קליין" (אונגאַריש: kis). כדי דיפערענצירן דאס שטעטל פון גרויסווארדיין, זיבנבערגן (דעמאלסט אין אונגארן, היינט Oradea "אראַדעאַ" אין רומעניע).
ביזן צווייטן וועלט קריג האט קליינווארדיין געהאט א גרויסע אידישע געמיינדע מיט 30 פראצענט פון דער שטאטישער באפעלקערונג. דאס שטעטל איז געוועזן פול מיט חסידישע אידן, און עס איז געווען דארטן די באקאנטע חסידישע קלויז. אין 1944 האט מען פארשפארט אלע יידן אין א געטא, און מען האט זיי דעפרטירט קיין אוישוויץ, און כמעט אלע זענען אומגעקומען דארט. מען האט געגרינדעט א קליינע קהילה אין קליינווארדיין נאכן קריג, אבער היינט איז נישט געבליבן דארטן קיין יידן.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קליינווארדיין געפינט זיך אויף דער הויפט באן ליניע פון דער אונגארישער הויפטשטאט, בודאפעשט אין דער אוקראינע.
צווילינג שטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קליינווארדיין האט די צווילינג שטעט:
- כרמיאל, ישראל
- סטריזשעוו, פּוילן
- העלמעץ, סלאוואקיי
- הילדבורגהייזן, דייטשלאנד
- פרין אם כימזע, דייטשלאנד
- טירגו סעקויעסק, רומעניע