צבי הירש אייכנשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
צבי הירש אייכנשטיין
געבורט 1763
סאמבאר, אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 22 יוני 1831 (אלט 68 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

רבי צבי הירש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ג - י"א תמוז ה'תקצ"א) רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער עטרת צבי.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ג, דער עלצטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין (א דארף אין גאליציע לעבן סאמבאר). און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויף רבי הערשעלע האט זיך שוין קליינערהייט אָנגעזען זיין שארפער מח און זיין געוואלדיגער בקיאות, ער איז געווען באקאנט אלס עילוי, און פלעגט לערנען יעדען טאג זיבען בלאט גמרא, און זיי איבער חזר'ן נאך זיבן מאל. ער האט געלערנט בחברותא מיט ר' יעקב משולם ארנשטיין, דער מחבר פון "ישועות יעקב".‏[1]

דורך די ווירקונג (השפעה) פון זיין ברודער רבי משה, איז רבי הערשעלע געפארן קיין לובלין, און געווארן א תלמיד מובהק פונעם חוזה.

רבי הערשעלע האט געקוועלט אין קבלה און פלעגט שטענדיג לערנען דעם ספר הזוהר, חסידים האבן געזאגט אז זהר איז ראשי תיבות רבי הערשעלע זידיטשובער.


הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערשעלע איז נפטר געווארן י"א תמוז ה'תקצ"א.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי הערשעלע האט געהייראט מרת רחל פערל ( - כ"ג סיון ה'תק"ץ) א טאכטער פון א קרעטשמער פון א דארף רודא נעבן זידיטשוב. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל מיכל אייכנשטיין
בזיווג שני, די ווייב בזיווג שני פון הרב דוב בערטשע שפירא (ה'תק"ל (אומגעפער) - כ"ו אדר ה'תר"י), רב אין טלוסט, אן איינקל פון רבי פנחס'ל קאריצער.
בזיווג שלישי, די ווייב בזיווג שני פון הרב יוסף ראטענבערג ( - ה' אלול ה'תרי"ב), רב אין קוזובה. זייערע קינדער:

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • סור מרע ועשה טוב
  • פרי קודש הלולים
  • בית ישראל
  • עטרת צבי
  • קונטרס השמות
  • צבי לצדיק

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבי אלחנן היילפרין, שיחתן של עבדי אבות, חלק ב', עמ' מ"ד