סאמבאר
|
סאַמבאָר (אוקראיניש: Самбір; פּויליש: Sambor) איז א שטאָט אויפן לינקן ברעג פונעם טייך נעסטער אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם פוילישן גרענעץ. די שטאָט איז אן אייגענער באצירק אין דער גובערניע.
פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די געשיכטע פון סאמבאָר הייבט אָן מיט א זידלונג אונטער דעם נאָמען סאמבאָר (היינט די אלטשטאָט) וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין דעם 12טן יאָרהונדערט אין דעם פירסטנטום האליץ' (גאליציע). אין 1241 האָבן די טאטארן פארברענט די שטאָט. טייל פון דער באפעלקערונג, בעיקר די וועבער, האָבן זיך געצויגן צום דאָרף פּאָהאָניטש, 12 ק״מ פון אלטשטאָט, וואו זיי האָבן שפעטער אויפגעשטעלט דעם יישוב ניי־סאמבאָר.
אין 1340 איז פּאָהאָניטש געקומען אונטער דעם קעניגרייך פון פוילן. אין דעצעמבער 1390 האָט מען באקומען די דערלויבעניש אויפצושטעלן א שטאָט אויף דעם פלאץ פון דאָרף און די באקומט דעם נאָמען ניי־סאמבאָר.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סאמבאָר געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 75 ק"מ דרום פון לעמבערג און 29 ק"מ צפון־מערב פון דראָהאָביטש.
יידישע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ערשטער באריכט פון יידן אין סאמבאָר איז אין 1447. אין 1542 האָט מען פארבאָטן יידן צו וואוינען אין דער שטאָט. אין 1735 האָט מען דערלויבט די יידן צוריקצוקומען קיין סאמבאָר און בויען א שול.
אין 1772 איז די שטאָט אריבער צו עסטרייך, און מען האָט פארבאָטן די יידן צו וואוינען אין רוב טיילן פון דער שטאָט.
אין ה'תרל"ח האט אויפגעשטעלט דעם ערשטן חסידישן הויף אין סאמבאָר.
אין 1880 האבן געוואוינט אין סטרי 4,427 יידן, און אין 1921 האבן געוואוינט דאָרט 6,068 יידן.[1]
רבי משה'לע סאמבורער האט געדינט אלס רב אין סאמבאר איידער זיין ברודער דער עטרת צבי איז אוועק
נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט מען אויפגעשטעלט אין סאמבאָר א בית יעקב שולע פאר מיידלעך.
דער לעצטער רב פון סאמבאָר איז געווען הרב נפתלי הירץ באָמבאך, דער מחבר פון "גבעת הלבונה".
צווילינג שטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סטרי האט די צווילינג שטעט:
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אדמיניסטראטיווע אפטיילן פון לעמבערגער גובערניע, אוקראינע | ||
---|---|---|
אדמיניסטראטיווער צענטער: לעמבערג | ||
ראיאנען | ||
שטעט | געגנטשטעט: באריסלאוו · דראהביטש · טריסקעוויץ · לעמבערג · מארשין · סאמבאר · סטרי · קריסניפאליע · ראזלע | |
שטעטלעך | ||
דערפער |