משה אייכנשטיין
רבי משה אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקכ"ה - ו' אייר ה'ת"ר), רבי אין סאמבאר.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ה, דער צווייטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין, פון סאפרין. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב צבי.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה האט געצויגן זיי פרנסה פון א קליין געוועלב וואס זיין ווייב האט אנגעפירט, ער אליין פלעגט ארום פארן אין די דערפער פארקויפן איינגעמאכטס.
רבי משה איז געווען א תלמוד מובהק פון זיין ברודער דער עטרת צבי, רבי משה שרייבט אין דער הקדמה פון ספר עטרת צבי, ער האט באדינט זיין ברודער פערציג יאר, אויסער די פינף יאר וואס ער האט געלערנט ביי אים פשט.
אין יאר ה'תקצ"ב איז רבי משה געווארן רבי אויף זיינע ברודערס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ערב פסח ה'ת"ר איז רבי משה ערנסט קראנק געווארן, און איז נפטר געווארן ו' אייר ה'ת"ר, און ער ליגט נעבען זיין ברודער.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משה האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה א ברודער פון הרב משה חריף. זייערע קינדער:
- הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא.
- הרב יעקב קאפל אייכנשטיין רב אין רודיק.
- הרב ישעיה אייכנשטיין פון סניאטין.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תפלה למשה
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר