סניאטין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סניאַטין
Снятин
Snyatyn prapor.png Sniatyn coa IIRP.png
Снятин - ратуша.jpg
סניאטינער ראטהויז
מדינה / טעריטאריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאטע 1158
קאארדינאטן 48°27′N 25°34′E / 48.450°N 25.567°E / 48.450; 25.567קאארדינאטן: 48°27′N 25°34′E / 48.450°N 25.567°E / 48.450; 25.567
שטח 35.29 קוואדראט ק"מ
הייך 227 מעטער
באפעלקערונג (2016)

 ‑ אין שטאט

10,100‏
צייט זאנע UTC+2

סניאַטין (אוקראיניש: Снятин; לשון קודש: שניאטין; פויליש: Śniatyn; ארמעניש: Սնիատին), אדער סנעטין, איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אויף דעם טייך פרוט, 32 ק״מ מערב פון טשערנאוויץ און 80 ק״מ דרום־מזרח פון סטאניסלאוו.‏[1] ער איז דער אדמיניסטראציע צענטער פון דעם סניאטינער ראיאן,סטאניסלאווער גובערניע. ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דאס שטעטל געווען אין פוילן אויפן גרענעץ, וואו די באנען זענען אריבער אין רומעניע. לויטן צענזוס פון 2001, האט עס א באפעלקערונג פון 10,500 איינוואוינער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די שטעט ווערט ערשט דערמאנט אין 1158, און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן אין 1448. ביי דער ערשטער טיילונג פון פוילן איז סניאטין אריבער צו דער האפסבורגער מאנארכיע.

יידישע היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די יידישע קהילה אין סניאטין איז געגרינדעט געווארן נאך פאר דעם 16טן יארהונדערט. אין 1900 האבן געוואוינט אין דער שטאט 4,206 יידן, און אין 1921 3,248 יידן.

רומענישע קראפטן האבן אינוואדירט די שטאט יולי 1941 און, מיט דער הילף פון די ארטיגע אוקראאינער, האבן זיי געפירט א פאגראם קעגן די יידן. די דייטשע ארמיי איז אנגעקומען אין דער שטאט אין סעפטעמבער 1941. במשך די מלחמה יארן האבן זיי אויסגעהרג׳עט און פארטריבן די גאנצע קהילה. נאכן חורבן זענעו געבליבן פון 3300 יידן אין דער שטאט נאר 15 מענטשן.

היינט האט סניאטין נישט קיין יידישע קהילה.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "סניאטין", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)