לדלג לתוכן

קאלאמיי

פֿון װיקיפּעדיע
קאלאמיי
Коломия
קאלאמייער ראטהויז
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 48°31′50″N 25°02′25″E / 48.53056°N 25.04028°E / 48.53056; 25.04028קאארדינאטן: 48°31′50″N 25°02′25″E / 48.53056°N 25.04028°E / 48.53056; 25.04028
ראַיאָן איוואנא-פראנקיווסקער אבלאסט
שטח 41 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט

61,000‏  (שטייענדיג 2024)
צײַט זאָנע UTC+2
http://www.ko.if.ua

קאלאמייא (אוקראיניש: Коломия, רוסיש: Коломыя, פּויליש: Kołomyja) איז א שטאט אויפן פרוט טייך אין דער סטאניסלאווער גובערניע אין מערב אוקראינע, 51 קילאמעטער דרום פון סטאניסלאוו און 70 קילאמעטער מערב פון טשערנאוויץ.

נאכן שפאלטן פון פוילן ביזן ערשטן וועלט קריג איז דאס געווען אין מזרח גאליציע.

קארל דער ערשטער פון עסטרייך האט געוויילט אין קאלאמיי אין יאר 1912 פונעם זיבעצטן אפריל ביז דעם דרייצנטן דעצעמבער, איידער ער איז געווארן קייסער.[1]


דער הערב פון קאלאמייא איז אן אדלער מיט א קרוין אויפן קאפ, וואס די שטאט האט באקומען פונעם קייסער וולאדיסלאוו יאניעללא אין יאר 1395 [2]

אין 1900 האבן געוואוינט אין קאלאמייא 16,568 יידן.‏[3]

אין יאר תרכ"ח (1868) איז הרב הילל ליכטנשטיין אויפגענומען געווארן אלס שטאטס־רב אין קאלאמיי.

קאלאמיי האט די פאלגנדע צווילינג שטעט: