לדלג לתוכן

סטרי

פֿון װיקיפּעדיע
סטרי
Стрий
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 13טער יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 49°15′N 23°51′E / 49.250°N 23.850°E / 49.250; 23.850קאארדינאטן: 49°15′N 23°51′E / 49.250°N 23.850°E / 49.250; 23.850
אבלאסט לעמבערג
בירגערמייסטער ראמאן שראמאוויאט
שטח 16.95 קוואדראט ק"מ
הייך 296 מעטער

 ‑ אין שטאָט

59,425‏  (שטייענדיג 2022)
צײַט זאָנע UTC+2
stryi-rada.gov.ua

סטרי (אוקראיניש: Стрий; פּויליש: Stryj) איז א שטאט אויפן לינקן ברעג פונעם סטרי טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, צופוסנס די קארפאטן בערג. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע.

פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

סטרי ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין 1385, און איז דעמאלסט געווען אינעם קעניגרייך פון פוילן. אין 1886 האט א גרויסע פייער פארברענט די שטאט.

ביים פוילישן צענזוס פון 1931 איז געוון זיין באפעלקערונג 35.6% יידן, 34.5% פאלאקן, 28% אוקראינער און 1.6% דייטשן.

טריסקעוויץ געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 64 ק"מ דרום פון לעמבערג, 72 ק"מ מערב פון סטאניסלאוו און 20 ק"מ צפון פון באלעכאוו.

יידן זענען געקומען קיין סטרי ביים סוף פונעם 16טן יארהונדערט און אין תכ"ט האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול. אין 1874 האט מען געוויילט א ייד, ד"ר דוד פרוכטמאן בירגערמייסטער פון סטרי.

אין 1890 האבן געוואוינט אין סטרי 6,572 יידן, און אין 1910 האבן געוואוינט דארט 10,718 יידן.‏[1]

צווישן די רבנים פון סטרי זענען געווען הרב אריה לייב הכהן העלער, דער "קצות החושן" (פון תקמ"ח), און הרב יעקב לארבערבוים, דער "נתיבות" (פון תקפ"ח ביז תקצ"ב), און רבי מרדכי זיסקינד סג"ל לנדא מסטריא..

סטרי האט די צווילינג שטעט:

  1. "סטרי", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. Miasta partnerskie i zaprzyjaźnione Nowego Sącza (פויליש). Urząd Miasta Nowego Sącza. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-05-23. דערגרייכט דעם 2013-08-01.
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סטרי