לדלג לתוכן

יעקב לארבערבוים

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב לארבערבוים
געבורט 1760 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 מאי 1832 (אלט 72 בערך)
סטרי, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט סטרי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יעקב לארבערבוים זצ"ל (ה'תק"ל - כ"ה אייר ה'תקצ"ב) איז געווען שטאטס רב אין ליסא, קאליש און סטרי, און איז באקאנט אויף די נעמען פון זיינע ספרים דער חוות דעת אדער דער נתיבות.

רבי יעקב איז געבוירן אין יאר ה'תק"ל צו זיין פאטער רבי יעקב משה, רב אין זבאראוו, א זון פון רבי נתן בראדער, א זון פונעם חכם צבי. רבי יעקב איז געבוירן נאך זיין פאטער'ס פטירה.

רבי יעקב האט געלערנט ביי זיין פעטער רבי יוסף תאומים, רב אין בורשטיין, נאכהער אין טיסמעניץ ביי רבי משולם איגרא.

נאך זיין חתונה האט רבי יעקב אינוועסטירט זיין געלט מיט א שותף רבי אברהם זיידנפעלד, אין א בראנפן ברענעריי, נאך וואס דער שותף האט באנקראטירט האט רבי יעקב נישט מער געהאט קיין ברירה, און אנגענומען צו זיין א רב, ערשטענס אין מאנאסטריטש און פון דארט איז ער אריבער קיין קאלוש, גאליציע, אומגעפער אין יאר ה'תק"ן. אין יאר ה'תקס"ט איז רבי יעקב אויפגענומען געוווארן רב אין ליסא, פוילן. אין יאר ה'תקפ"א איז רבי יעקב צוריק געפארן אין גאליציע, דארט איז ער אויפגענומען אלס רב אין סטרי.

רבי יעקב איז נפטר געווארן אין סטרי כ"ה אייר ה'תקצ"ב.

רבי יעקב האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון דעם גביר רבי נפתלי הירצל פון די אנגעזענע יידן פון סטאניסלאוו. בזיווג שני האט רבי יעקב געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון רבי יאקיל אשכנזי פון רימאנאוו.

זיינע קינדער:

  • הרב נתן נטע לארבערבוים.
  • הרב מרדכי אריה יהודה לייב, פון צפת.
  • מרת חיה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי צבי הירש תאומים פון קאלוש
  • מרת בריינדל
  • חוות דעת - אויף שולחן ערוך יורה דעה (תקנ"ט)
  • מעשה ניסים - אויף הגדה של פסח (תקס"א)
  • מקור חיים - אויף שולחן ערוך אורח חיים (תקס"ז)
  • נתיבות המשפט - אויף שולחן ערוך חושן משפט (תקס"ט)
  • תורת גיטין - אויף מסכת גיטין און הלכות גיטין
  • בית יעקב - אויף מסכת כתובות און הלכות כתובות
  • דרך החיים - סידור תפלה
  • קהלת יעקב - אבן העזר
  • נחלת יעקב - אגדות הש"ס
  • אמת ליעקב - אגדות הש"ס
  • תעלומות חכמה - אויף מגילת קהלת (תקס"ד)
  • צוואת הגאונים
  • תיקון עירובין