מנחם מענדיל האגער (זאבלאטאוו)
מראה
רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה'תר"ע (אומגעפער)), רב אין זאבלאטאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב האגער, רב אין זאבלאטאוו, א זון פון הרב דוד האגער, רב אין זאבלאטאוו, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו, "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת הינדא א טאכטער פון הרב יהודה צבי אייכנשטיין פון ראזלא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"א איז רבי מנחם מענדיל געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זאבלאטאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם מענדיל איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ע (אומגעפער)).
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מנחם מענדיל האט געהייראט מרת נעכעלע א טאכטער פון הרב יצחק לייביש טויב פון חאטין, א זון פון הרב משה חיים טויב א זון פון הרב יצחק אייזיק טויב פון קאלוב. זייערע קינדער:
- הרב דוד האגער ( - ה'תרע"ו (אומגעפער)).
- הרב חיים האגער, ממלא מקום פון פאטער, לעצטער רב אין זאבלאטאוו.
- הרב דוד האגער הי"ד.
- הרב יצחק אייזיק האגער (ה'תר"ל (אומגעפער) - ג' אייר ה'תש"א), פון בארדיטשאוו.
- הרב משה האגער הי"ד.
- הרב ישראל אליהו האגער הי"ד.
- מרת רעכיל, די ווייב פון הרב מאיר גאטעסמאן רב אין אוסטר-נאוואסליץ.
- די ווייב פון הרב יואל בלומענפעלד רב אין סאנוק
- מרת הינדא, די ווייב פון הרב ישראל בערגער, פון בוקארעסט.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר