יהודה לייב אשלג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

הרב יהודה לייב הלוי אשלג זצ"ל (ה' תשרי ה'תרמ"ה 25סטן סעפטעמבער 1884י' תשרי ה'תשט"ו 7טן אקטאבער 1954) איז באקאנט דורך דעם פירוש הסולם וואס ער האט געשריבען אויפן זוהר הקדוש.

יונגט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

הרב יהודה לייב איז געבוירן געווארן אין שטאט ליקאווע (פוילן), און האט געלערנט אין ווארשע ביי רבי מאיר שלום ראבינאוויטש, דער אדמו"ר פון קאלושין. ער האט אנגעהויבן לערנען קבלה גאר יונג, און מ'פארציילט אויף אים אז ער פלעגט באהאלטן בלעטער פון זוהר און כתבי אר"י צווישן די בלעטער פון זיין גמרא. נאך דער פטירה פון זיין רבי האט ער ממשיך געווען ביי זיין זון רבי יהושע ראבינאוויטש פון פאריסאוו. ווי אויך פלעגט ער פארן קיין בעלז צום אדמו"ר רבי ישכר דוב. ביי 19 יאר האט ער פארהייראט רבקה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב מאיר יוסף אבראמאוויטש, א גערער חסיד וואס האט געוואוינט אין פאריסאוו.

נאך א קורצער תקופה ביי זיין שווער אין פאריסאוו איז ער אריבער אין ווארשע, דארט האט ער באקומען היתר הוראה, און געדינט אלס דיין במשך זעכצן יאר.

זיין לעבן אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז ארויף וואוינען קיין ארץ ישראל ט"ז תשרי תרפ"ב (1921) וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין רביצין קיין יפו, און האט זיך באזעצט אין דער אלטשטאט אין ירושלים.

קיין ארץ ישראל איז ער אנגעקומען בעירום ובחוסר כל, און האט נישט געוואלט זיך באנוצן מיט א רבנות שטעלע, נאר האט געארבעט מיט אויסארבעטן קלף פאר סת"ם און מיט מאכן זייף, מיט א מאשין וואס ער האט מיטגעברענגט מיט זיך פון פוילן. א קורצע צייט דערנאך זענען די ירושלימער רבנים געוואויר געווארן פון זיין גדלות, און הרב קוק, וואס איז דעמאלסט געווען דער הויפט רב, האט אים ממנה געווען רב פון דעם גבעת שאול געגנט אין ירושלים.

צווישן די יארן 19261928 האט ער געוויילט אין לאנדאן דארט האט ער מחבר געווען דעם ספר "עץ חיים" און טייל פון פירוש הסולם.

זיינע חיבורים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די צוויי עיקר חיבורים זיינע זענען:

ער האט גערופן זיין פירוש מיטן נאמען "סולם" וואס מיינט לייטער, זאגנדיק מיט דעם אז ווער עס לערנט קבלה מיט דער דאזיגער שיטה קען ווייטער שטייגן אין דעם לימוד אליין, אזוי ווי איינער קריכט אויף א לייטער.

ווי אויך האט ער געשריבען:

  • "פנים מאירות" און "פנים מסבירות", פירושים אויפן ספר "עץ חיים" פון רבי חיים וויטאל.
  • קונטרסים "מתן תורה", "הערבות" און "השלום", 1933.
  • "בית שער הכוונות", מיטן פירוש "אור פשוט" ת"ש (1940).
  • "מבוא לספר הזוהר", "הקדמה לספר הזוהר", "פתיחה לחכמת הקבלה", "פתיחה לפירוש הסולם", "פתיחה כוללת לעץ חיים" און "הקדמה לתלמוד עשר הספירות", אלע זענען הקדמות צום לערנען קבלה.
  • "כתבי הדור האחרון".
  • די צייטונג "האֻמָּה" (1940).
  • קול התור - הקדמות, מאמרים, ערבות ישראל, משיחיות און קבלה.

זיין פטירה און ממשיכי דרכו[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז אוועק יום כיפור, י' תשרי ה'תשט"ו (1954), און באערדיגט געווארן אויף הר המנוחות אין ירושלים.

ער האט נישט ממנה געווען קיינעם ספעציעל צו דינען אלס ממשיך, און אסאך סיי פון זיין משפחה אין סיי פון זיינע תלמידים האבן ממשיך געווען פארשפרייטן זיין דרך הלימוד אין קבלה.

א טיילווייזע ליסטע פון דעם ערשטן דור פון די "ממשיכים":

  • הרב ברוך שלום אשלג - עלטסער זון פון בעל הסולם. האט געדינט אלס אדמו"ר אין בני ברק.
  • הרב שלמה בנימין אשלג - צווייטער זון פון בעל הסולם. האט געדונט אלס אדמו"ר אין בני ברק.
  • הרב יהודה צבי בראנדויין - שוואגער פון בעל הסולם.
  • הרב משה יאיר וויינשטאק - א תלמיד פון בעל הסולם.
  • הרב משה ברוך לעמבערגער - א תלמיד וואס איז אויך געווען דער משמש פונעם בעל הסולם.
  • הרב בנימין סינקאווסקי - א תלמיד פון בעל הסולם און מחבר ספר "יד בנימין" מאמרים וואס ער האט געהערט פון בעל הסולם.
  • הרב דוד מינצברג - תלמיד פון בעל הסולם, ער האָט געפֿירט אַ קהילה אין ירושלים. הײַנט האָבן זײ אַ שול "חיי עולם" אין כיכר השבת אין ירושלים און אַ שול אין בית שמש.

א טיילווייזע ליסטע פון דעם צווייטן דור פון די "ממשיכים":

  • הרב שמואל אשלג - אייניקל פון בעל הסולם, זון פון הרב שלום ברוך. האט געדינט אלס אדמו"ר אין בני ברק.
  • הרב יצחק אגסי - איידעם פון הרב ברוך שלום אשלג.
  • הרב יחזקאל אשלג - איינקל פון בעל הסולם, זון פון הרב שלמה בנימין. דינט אלס אדמו"ר אין בני ברק.
  • הרב שמחה אשלג - אייניקל פון בעל הסולם, זון פון הרב שלמה בנימין. דינט אלס אדמו"ר אין בני ברק.
  • הרב יעקב גרענירער - איידעם פון הרב ברוך שלום אשלג. דינט אלס אדמו"ר אין דעם בית מדרש פון זיין שווער אין בני ברק.
  • הרב מרדכי שיינבערגער - פירער פון דער קהילה אור הגנוז לעבן מירון, איידעם פון הרב יהודה צבי בראנדוויין.
  • הרב אהרן בריזל - א תלמיד פון הרב ברוך שלום אשלג, אדמו"ר פון דזשירקא.
  • הרב אברהם גאטליב - א תלמיד פון הרב ברוך שלום אשלג, דינט אלס ראש בית מדרש ברכת שלום אין טעלז סטאן.
  • ד"ר מיכאל לייטמאן - א תלמיד וואס איז אויך געווען דער משמש פון הרב ברוך שלום אשלג, גרינדער פון דער "בני-ברוך" גרופע אין פתח תקווה.
  • הרב פיליפ שרגא בערג - גרינדער פון דעם "מרכז לקבלה" אין לאס אנדזשעלעס, און לערנט אויך פאר גויים.
  • הרב אדם סיני - האט געלערנט אין דעם בית מדרש פון הרב ברוך שלום אשלג, גרינדער פון מרכז "הסולם" אין רמת גן.
  • הרב עקיבא ארצל - א תלמיד פון הרב שלמה בנימין אשלג.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]