מירון

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מירון איז א דארף אין אויבער גליל אין צפון ארץ ישראל וואס איז געגרינדעט געווארן ה'תש"ט דורך אונגארישע נייע באזעצערס. זי געפונט זיך אין די גרעניצן פון דער מרום הגליל ראיאנראט.

דעם נאמען פונעם דארף איז "מירון" וויבאלד עס געפונט זיך בערך אין דעם געגנט פונעם היסטארישן מירון וואס ווערט דערמאנט אין זוהר אז רבי שמעון בר יוחאי האט מען באערדיגט נעבן מירון.

אין מירון האט דער אריז"ל אנטפלעקט רבי שמעון בר יוחאי'ס קבר. כלל ישראל פייערט זיין יום הילולא אום ל"ג בעומר, און אזעלכע פירן זיך צו מאכן חאלאקע ביי זיין ציון, אויך אין אנדערע טעג פון יאר.

עס שטייט אין ספרים, אז אידן פלעגן פארן ל"ג בעומר קיין מירון, נאך פאר דעם אריז"ל.

דער געזעלשאפט אין מירון איז א געמיש פון עטליכע קרייזן. אויסער דעם אלגעמיינעם בית הכנסת וואס איז אין צענטער פון דארף, זענען דא פארשידענע אנדערע שולן און אנטשטאלטן, ווי בני עקיבא, חסד לאברהם, און נאך. אויך ביים קבר הרשב"י זענען דא עטליכע כוללים פאר תורה לערנער און אויך איז דארט א צענטער פאר מניני תפלה.