ברוך שלום אשלג
געבורט |
22 יאנואר 1907 ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
13 סעפטעמבער 1991 (אלט 84) בני ברק, ישראל |
מדינה | ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
פאך | רב |
ברוך שלום הלוי אשלג | ||
---|---|---|
אשלג רבי | ||
געבורט | ז' שבט ה'תרס"ז (22סטן יאנואר 1907) ווארשע, קאנגרעס פוילן | |
פטירה | ה' תשרי ה'תשנ"ב (13טן סעפטעמבער 1991) בני ברק, ישראל | |
חסידות | אשלג | |
הויף ארט | בני ברק | |
נומער אין דינאסטיע | צווייטער | |
פאריגער | הרב יהודה לייב אשלג | |
פאטער | הרב יהודה לייב אשלג | |
מוטער | רבקה רויזא (למשפחת אברמוביץ') | |
ווייב1 | פייגא אשלג | |
ווייב 2 | יוכבד לינדר |
רבי ברוך שלום הלוי אשלג (ז' שבט ה'תרס"ז - ה' תשרי ה'תשנ"ב) איז געווען אן אדמו"ר און א מקובל. ער איז געווען דער בכור פון הרב יהודה לייב הלוי אשלג, מחבר פונעם "סולם" אויפן זוהר, און זיין נאכפאלגער. ער האט פארפאסט די ספרים "שלבי הסולם", "דרגות הסולם" און "אגרות הרב"ש".
חייו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ברוך שלום הלוי אשלג איז געבוירן געווארן אין ווארשע, קאנגרעס פוילן, אום ז' שבט תרס"ז 1907. שוין ביי די ניין יאר האט ער אנגעהויבן לערנען ביי זיין פאטער, און ער איז מיטגעפארן מיט אים צום פאריסאווער רבי'ן און צום בעלזער רב. נאך זיין בר־מצוה אין תרפ"א איז ער ארויף מיט זיין משפחה אין ארץ ישראל וואו ער האט געלערנט אין ישיבת תורת אמת פון חב"ד אין ירושלים. ביי די זיבעצן יארן האט ער באקומען היתר הוראה דורך די גרעסטע רבנים אין ארץ ישראל – הרב אברהם יצחק הכהן קוק, הרב יוסף חיים זאנענפלד און הרב יעקב משה חרל"פ.