לדלג לתוכן

שלמה בנימין אשלג

פֿון װיקיפּעדיע


פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:אישיות

פאראמעטערס [ ווייב ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

שלמה בנימין אשלג
געבורט 1909 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 13 נאוועמבער 1983 (אלט 74 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב אהובה ליבא האזה (בת רבי דוד אהרן האזה מסוכטשוב)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שלמה בנימין הלוי אשלג (ה' טבת תר"ע; 17טן דעצעמבער 1909 - ז' כסלו תשמ"ד; 13טן נאוועמבער 1983) איז געווען א מקובל, א זון און פארשפרייטער פון דער תורה פון הרב יהודה לייב אשלג, דער בעל ה"סולם".

ער איז געבוירן געווארן אין פוילן צו רב יהודה לייב אשלג און רבקה רויזא. אין יאר תרפ"ב (1922) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין פאטער און האט געוואוינט אין ירושלים. ער האט געלערנט אין די ישיבות תורת אמת, חיי עולם און עץ חיים. אויך האט ער געלערנט אין א נאווהארדאקער "בית יוסף" ישיבה, וואו ער האט געלערנט בחברותא מיטן ראש ישיבה הרב הלל וויטקינד. אין יאר תרצ"ה האט ער חתונה געהאט מיט אהובה ליבא האזה, טאכטער של הרב דוד אהרן האזה, א סאכאטשאווער חסיד.