טאהש (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א טיש אין טאהש

טאהש איז א חסידישער הויף געגרינדט דורך הר"ר משולם פייש לעווי אין טאש, אונגארן. היינט צוטאגס איז טאהש א חסידישער הויף און שטעטל, געגרינדעט דורך הגה"ק ר' משולם פייש לאָווי שליט"א, דער טאָהשער רבי.

דער טאהשער רבי האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין שום מחלוקת, און איז שטארק באוואוסט מיט זיין גרויסע אהבת ישראל און פארטיילן גרויסע געלטער פאר צדקה. דער טאהשער רבי שליט"א טראגט דעם נאמען פון זיין זיידן וואס האט מייסד געווען דאס שושלת, און ווי עס לויטעט די חסידישע לעגענדע, ענדלט ער אין איהם גאר שטארק.


טאהש דינאסטיע

די דינאסטיע פון טאהש ציט זיך צוריק ביז'ן ערשט'ן רבי'ן פון טאהש, הרב הקדוש רבי משולם פייש (תקע"ו, יאזעפסדארף, בעהמען - כ"ח סיון תרל"ג, טאהש) זי"ע וועלכער איז באטיטלט געווארן דורך צדיקים אלץ דער "שרף" פון טאהש, צוליב זיין פלאם פייערדיגער עבודה. רבי משולם פייש איז געווען א זון פון רבי מרדכי סג"ל לאווי, אן אייניקל פונעם תוספות יום טוב, און זיין מוטער זעלדא.‏[1].

רבי משולם פייש איז געווען א תלמיד פון די צדיקים רבי דוד'ל דינאווער זי"ע און רבי אייזיק'ל קאמארנער, ער איז אויך געפארן צו אלע אנדערע צדיקים פון זיין דור און זיי האבן איהם אלע זייער מחשיב געווען, צווישן אנדערע איז ער געווען אין צאנז ביים דברי חיים און ביים ישמח משה, דער צאנזער רב האט אים אנגעכאפט די הענט און געפרעגט "פון ווי קומען די הייליגע הענטאלעך?".

רבי משולם פייש איז געווען א איש קדוש און מפורסם אלס א אפענער בעל מופת ביי וועם מען האט געזען וואונדערליכע זאכן און מופתים.


זיין זון האט געהייסן רבי אלימלך מטאהש, וועם די טאהשער חסידים רופן מיט'ן טיטל דער "סבא קדישא" פון טאהש. ער איז געווען א תלמיד פון רבי אייזיק'ל קאמארנער זי"ע, און פון רבי צבי אלימלך בלאזשעווער זי"ע.

אזוי ווי זיין טאטע איז ער אויך געווען אן איש קדוש ובעל מופת מפורסם צו וומען מען איז געקומען צו פארן פון גאנצן לאנד זיך פראווען נאך ישועות.

רבי אלימלך טאהשער איז שטארק באוואוסט מיט זיין גרויסער עבודה אין יום טוב פורים.

רבי אלימלך איז נסתלק געווארן אום כ"ג כסלו תש"ג.

דער טאטע פון טאהשער רבי'ן שליט"א איז געווען הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל רב פון דעמעטשער אין גלילות פון טאהש. וועלכער איז געווען דער עלטסטער זוהן ביי רבי אלימלך.

ער איז אומגעקומען אין דעם קריג צוזאמען מיט די רביצין און עטליכע קינדער, אום חודש אלול תש"ד הי"ד.

נאך דעם קריג האט דער טאהש'ער רבי געפליכטעט קיין קאנאדע, וואו ער האט פריער געוואוינט אין מאנטריאל, און דארט צוריק איינגעפלאצט דעם טאהשער הויף, ווען זיין בית המדרש'ל אויף די דזשין מענס גאס איז באלד געווארן א צוציאונגס פונקט פאר הונדערטער חסידישע אידן.


שטעטל טאהש אין קאנאדאע

נאך עטליכע יארן, האט דער טאהשער רבי צוגעטרעטן צו א געוואגטן פלאן - פון וואס יעדער האט איהם פרובירט אפצורעדן - און ער האט געגרינדעט אן אייגן שטעטל אינדרויסן פון דער שטאט, מיט'ן ציהל צוריק צוברענגען דאס אינגארטיגער שטעטל לעבן פון דער אלטער היים.

אין דעם שטעטל וואס געפינט זיך 30 קילאמעטער נארד פון מאנטריאל, האט ער מייסד געווען אלע נויטיגע מוסדות פאר בתי חינוך פאר אינגלעך און מיידלעך, א קהלה מיט אלע קהל'ישע צוגעהער, ישיבה גדולה און ישיבה קטנה, בית השחיטה, מקוה טהרה, און אלעס וואס א אידישע קהלה קען נאר פארמאגן.[2]

היינט אין קרית טאהש ציילן זיך פיר הונדערט משפחות פון חסידים אין קאנאדע.

דאס שטעטל וואס פארנעמט קוים א פינטל אויף א מאפע, איז אבער א צוציאונגס פונקט פאר טויזנטער חסידים פון דער גארער וועלט, וואס קומען צו פארן טעגליך, און בפרט אויף שבתים און ימים טובים, צו וויילן מיט'ן טאהש'ער רבי'ן שליט"א, איהם זעהן, און באקומען פון איהם א ברכה.

אומצאליגע חסידים פון אנדערע רבי'שע הויפן קומען אן אהער בקביעות כאטש אויף איין שבת אין יאהר, און נישט נאר חסידים קומען אהער, נאר אפילו ליטוואקעס, און מאדערנע, ספרדים, אשכנזים, און אפילו סקווירא חסידים וואס טארען נישט פראווען א שבת אין דער פרעמד האט שוין דער פריערדיגער סקווירער געלאזט פארן, פון אלע מינים און אלע שיכטן און קרייזן קומען אן קיין טאהש, ווי יעדער ווערט אויפגענומען מיט'ן זעלבן ווארעמקייט און קירבות, און יעדער שעפט חיות און חיזוק פון דעם טאהש'ער רבי'ן שליט"א.

טאהש היינט צו טאג

כאטש וואס דער טאהשער רבי שליט"א האט זיך היבש פארעלטערט אין די לעצטטע פאר יאר, גייט ער דאך אן מיט זיין טעגליכע עבודת הקדוש מיט מסירת נפש, זיין טעגליכן אויסזאגן תהילים חק בלי יעבור און ווען ער פארענדיגט דאס טעגליכע דאווענען פון שחרית מנחה מעריב אין איין ציה הערשט ביינאכט, און איז נישט טועם גארנישט ביז דאן, ווען ער עסט איין קליינע נאכטמאל.

כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין געזונט, זייענדיג כמעט פון די לעצטע פארצייטישע רבי'ס, בפרט איז ער דער איינציגסטע רבי וואס איז פארהייליגט ביי אלעמען.


די משפחה פון טאהשער רבי'ן שליט"א

מיט עלף יאר צוריק איז נפטר געווארן די טאהשער רביצין הצדיקת חוה ע"ה וועלכע איז געווען א טאכטער פון הרב הצדיק רבי יודעלע וויינגארטן זצ"ל אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק זי"ע.

דער רבי האט מיט בערך 2 יאר צוריק ווידער חתונה געהאט מיט דער רביצין די אלמנה פון הרה"ח ר' אברהם יצחק הויער ז"ל וואס איז נעבעך יונג אוועק ווען ער איז פארלוירן געווארן אין וואלד אין ניו העמפשירץ

די קינדער פון טאהשער רבי שליט"א זענען 2 זין, הרה"צ רבי מרדכי ע"ה, און הרה"צ רבי אלימלך שליט"א, היינט צו טאג טאהשער רב.

דער אלעמען באליבטער הרב הצדיק ר' מרדכי טאהשער זצ"ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון פופציג יאהר פלוצלינג אין יאהר תשנ"ח נאך א מאסיווע הארץ-אטאקע, ר' מרדכי איז געווען זייער געטריי פאר'ן רבי'ן און זיין רעכטע האנט, ווי אויך האט ער פערזענליך ענטפאנגן אלע הונדערטער געסט וואס קומען יעדן וואך צו פארן קיין טאהש, מיט א ליבליכן שמייכל, און האט נישט איינמאל אליין זיך געשטעלט קאכן פאר די געסט ס'זאל זיין גענוג פאר אלעמען.

דעם רבינ'ס יונגערער זון ר' אלימלך האט דער רבי געשטעלט אלס רב, און ער זאל איבער נעמען דאס חסידות, דער רבי האט איהם איינגעארדענט אן הכתרה, ווי ער האט איהם ממנה געווען אלס רב, און אלע אנדערע קינדער האבן על פי פקדותו געחתמט דעם כתב רבנות. דער רב שטייט געטריי לימין קדשו פון רבי'ן און טראגט היינט צו טאג דעם עול פון אויפהאלטן די פארצווייגטע מוסדות, און פירט שיין אן די קהלה.

די איידימער פון רבי'ן זענען בארימטע ראשי ישיבות און גרויסע רבנים וואס פירן זייערע אייגענע קהלות, הרה"צ ר' אביגדור דניאל פיש שליט"א האדאסער רבי אין וויליאמסבארג, הרה"צ ר' יוסף מאיר מאיר שליט"א ליזענסקער רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' אברהם כ"ץ שליט"א משכנות לאביר יעקב רבי אין מאנסי, און הרה"צ ר' יוסף ירחמיאל כהנא שליט"א ראש הכוללים אין קרית טאהש.

דער ליזענסקער און דער משכנות יעקב רבי פירן אויך אייגענע גרויסע ישיבות און מוסדות, און דער האדאסער רבי פירט זיין רביס'טווע איידל באשיידן אין וויליאמסבורג אין זיין טאטענ'ס ביהמ"ד. און דער ראש הכוללים שטייט בראש פון די מבצר הכוללים אין קרית טאהש.

מיט א האלב יאהר צוריק איז ליידער נפטר געווארן די ליזענסקער רביצין ע"ה, א טאכטער פון טאהשער רבי'ן.

לעצטע אנטוויקלונגען

ווי אין יעדן פלאץ האט זיך ליידער דא אויך אריינגעכאפט דער יצר הרע פון מחלוקת, בפרט ווען דער רבי איז געווארן אביסל עלטער לאורך ימים ושנים טובים, און דער רב האט איבערגענומען דעם עול פון די מוסדות, און געטוישט טייל פון די אדמיניסטראציע לויט וויאזוי ער האט געזעהן פאר נויטיג פאר'ן קיום פון די מוסדות, און די יעניגע האבן זעלבסטפארשטענדליך פרובירט זיך קעגנשטעלן, האבענדיג געוויסע טענות און תביעות.

וואס דאן זענען די מוסדות און שטעטל און די פרעפערטיס פון די בנינים געווארן פארכאפט דורך די אלטע מנהלים און איבערגעשריבן מיט ליענס אויף פריוואטע נעמען צו אנהאלטן א משכון אדער בעלות.

דערווייל איז דאך די טאג טעגליכע ווירטשאפט אנגעגאנגען דורך די נייע הנהלה וואס דער רב האט אריינגעשטעלט, און טראץ די שמועות אויף דער גאס אז מען שלאגט זיך איז כמעט נישט דערקענט געווארן דארט אין שטעטל אז עפעס איז הייס.

נאך פארהאנדלונגען פון קנאפע צוויי יאהר, האבן זיך די נייע הנהלה אויסגעגליכן מיט דער אלטער, און באצאלט א סכום פון מיליאנען וואס יענע האבן געפאדערט אויף פארשידענע טענות און תביעות, און די בנינים זענען אלעס געווארן צוריק איבערגעשריבן אויפ'ן נאמען פון די הנהלת המוסדות און דעם רב.

עס איז צום האפן אז אצינד וועט ווידער הערשן נאר אחוה ושלום ורעות אין דעם שיינעם שטעטל.

תפלות פאר'ן רבינ'ס געזונט

אין די לעצטע צייט גייען אן תפלות פאר'ן רבינ'ס געזונט ביי כלל ישראל, באזונדער זינט דער רבי איז שטארק אפגעשוואכט געווארן דעם פארגאנגענעם פורים קטן תשס"ח, ווען ער איז געוען אין שווערן צושטאנג פון א שווערן לונגן ענטצינדונג, און איבער די גארער וועלט האט מען איינגעריסן לרפואתו פון איינער פון די לעצטע פארבליבענעם פארצייטישע צדיקי הדור.

דער נאמען "רבי משולם פייש בן צירל" טראגט זיך זינט דאן אויף די ליפן פון קליין און גרויס, און אלע בעטן ווייטער פאר א גאנצע רפואה.

דער טאהשער רבי האט זיך ב"ה ערהוילט פון דעם שווערן צושטאנד, און איז צוריק אהיימגעקומען למעון קדשו, ווי ער גייט אן בעבודתו הקדושה, אבער איז נאך פארליבן שטארק אפגעשוואכט.

יעדעס מאל וואס דער רבי קומט ארויס צום עולם ציעט דאס א גרויס געפארעכץ פון אומעטום, ווי עס איז געווען דעם פארגאנגענעם פורים, ווען די חסידים האבן געמאכט מיט בכיות פון שמחה א ברכת שהחיינו מיט שם ומלכות.


זעט אויך

משולם פייש לאווי

רעפערענצן

  1. רבי משולם פייש בן רבי מרדכי סג”ל לאווי זצ”ל מטהאש, ביי צדיקים.נעט
  2. פאכן אין קרית טאהש

וועבלינקען

דא האט איר עטליכע לינקס ווי איר קענט זען און לערנען איבער טאהש

  • אט איז א וועב-זייטל איבער טאהש, ווי עס זענען דא בילדער פון דאס טאהשער שטעטל און פון טאהשער רבי'ן שליט"א.

(1)

  • דער איינטראגע פון טאהש אין דער ענגלישער וויקעפידיע, ענטהאלט די שלשלת הקבלה פון די טאהשער דינסאטיע ביזן בעל שם טוב הקדוש

(2)

  • דא איז נאך א וועב-זייטל וואס איז געמאכט צו פאנדרעיזן פאר די "הצלה" פון קרית טאהש, און ענטהאלט אויך בילדער פון טאהש און פונקטן

(3)

  • דער וועב-זייטל איי-לאוו-תורה גיט איבער זיינע טיפע הרגשים פון א באזוך אין טאהש ביים טאהש'ער רבי'ן און ער רעקאמאנדירט יעדער וואס געפונט זיך נישט מער ווי 15 שעה ווייט פון טאהש זאל פארן באזוכן דעם רבי'ן, אבער נישט אום ווינטער, ווען ס'איז געפערליך קאלט

(4)